בלאט 1 פון 1

דערמאנען אשכול

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:12 am
דורך סמארט
אקעי, צוליב דעם פארלאנג וואס קומען לעצטענס פון די ניקים אז מ'זאל זיי עפעס דערמאנען, בינעך פותח דא דעם אשכול וואס ווער ס'וויל מ'זאל אים עפעס דערמאנען זאל עס דא אויפלופטערען, און ווער עס וועט האבן דעם קאפ אויפן פלייצע/אקסעל וועט אים דערמאנען בהגיע עת משוש וואס מ'דארף צוקומען צו דעם דערמאנונג

די חשוב'ע ניקים ווערען געבעטן צו זאגן די סאבדזשעקט פון די דערמאנונג'ס פונקט, און אזוי אויך דער דאטום און צייט ווען צו דערמאנען

מ'קען אויף אויפסעטען רימיינדער'ס פאר א טאג פריער אדער א שעה פריער לפי הצורך



וזה החלי: קרעמער בעט מ'זאל אים דערמאנען צו צאלן פאר די לאנג ערווארטעטע טאונער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:14 am
דורך מאשקע
דערמאן מיך א יאר ארום צו קוקן אין דעם אשכול צי ס'איז צוגעקומען א תגובה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:22 am
דורך moshele11211
די פראבלעם איז אבער ווער גייט דיר דערמאנען צו דערמאנען מאשקע אז די זאלסט אים דערמאנען.... וכו' חוץ אפשר זאל מען עפענען נאך איינס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:30 am
דורך אלס פארשטייער
סמארט האט געשריבן:וזה החלי: קרעמער בעט מ'זאל אים דערמאנען צו צאלן פאר די לאנג ערווארטעטע טאונער

אן א צייט ווען, הא?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:40 am
דורך מאשקע
אלס פארשטייער האט געשריבן:
סמארט האט געשריבן:וזה החלי: קרעמער בעט מ'זאל אים דערמאנען צו צאלן פאר די לאנג ערווארטעטע טאונער

אן א צייט ווען, הא?


ס'קוקט אויס ווי דער מלוה קען גיין בארן קלאפן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:41 am
דורך דארפסמאן
קרעמער, די האסט שוין בייצאלט פאר די טאונער ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:45 am
דורך פעדער
ביזדערווייל ארבעט זיך דער אשכול אויס ווי נישט ווי.. דערמאן מיך נאר וויזוי דער אשכול הייסט?!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 12:50 pm
דורך קרעמער
איך האב קיינעם נישט געהייסן מיר דערמאנען וועגן דעם טאונער-געלט, איך האב גערעדט צו יענעם בעל חסד וואס האט עס מיר געקויפט און אויסגעלייגט דאס געלט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 12:57 pm
דורך האניג
יענער וועט אונז שטארק באדאנקען...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:01 pm
דורך פעדער
אזוי ? האניג איז געווען דער באנדיט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:04 pm
דורך האניג
העי, פעדער, לאויער יור טאונער...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 5:33 pm
דורך דארפסמאן
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער, די האסט שוין בייצאלט פאר די טאונער ?


די קויפער האט געבעטן מען זאל דיר דערמאנען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 10:35 am
דורך האניג
זייט ווען רעדסטו צו כופרים?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:30 am
דורך דארפסמאן
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די ביסט א כופר

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:37 am
דורך ווינקל
ס'מוז בכלל נישט זיין אז ער איז דער מלווה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:22 pm
דורך i follow
דארפסמאן האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער, די האסט שוין בייצאלט פאר די טאונער ?


די קויפער האט געבעטן מען זאל דיר דערמאנען

זאג פארן קויפער אז ער קען גיין בארן קלאפן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 2:28 pm
דורך ווינקל
7:30 אווענט
1 ברויט
2 רויטע מילך
3 טאמעטאס
1 גרינע פאפריקע
1 רויטע פאפריקע
1 געלע פאפריקע
4 קליינע פיקלס
1 מידיעם אליוו
4 יאגארט
1 סמעטענע
2 טשיפס
1 וועפערס - גרויסע
8 רויטע עפל
8 אראנדזשעס
קאל מיך פון גראסערי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 2:42 pm
דורך SPUSMN
האניג האט געשריבן:זייט ווען רעדסטו צו כופרים?


מיר זאגען דאך אלע און די סליחות "מצאתי כופר". ו

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 28, 2011 12:03 pm
דורך סמארט
נעקסטע מאל ווען די מידיע מאכט אזא שטורעם פון א שטורעם דערמאן מיך אז אלעס איז דאפעלט געשאצט....