בלאט 9 פון 9
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2015 8:52 pm
דורך סאדאם חוסעין
מה פתאום??? האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:א גוטן חודש אלע יודן ביטע געדענקען נישט צו שניידן די נעגל
שייגעץ!
נעקסטיים דערמאן פאריגע וואך יא צו שניידן מעטנאך מיינען כבין א מוהל!
איך וויל וויסן צו נעקסטע וואך מעג מען יא, הן א גאנצע וואך אלס די ניין טעג [און לויט טייל פוסקים מן הדין אלס שבועה שחל בו ת"ב], הן ערב שבת, אלס ערב תשעה באב, אויב טאר מען נישט דעמאלטס איז זענען מיר טאקע אלע מוהלים
פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2015 9:59 pm
דורך לכאורה
אין נטעי גבריאל האב איך געזען אז מען מעג געהעריג שערן די נעגל לכבוד שבת, אפילו ווען ת"ב געפאלט אום שבת אזוי ווי היי יאר.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2015 9:14 am
דורך יאנקעלע קליגער
עכ"פ די וואס שניידן יעדע וואך מעגן זיכער.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2015 9:26 am
דורך מה פתאום???
אין די וואס דערמאנען זיך נאר ווען מ'טאר נישט ווי נמשל דאנארשטאג אין ר"ח וכו' אין אנדערע ווערטער שלימזלנים, זיי זענען עפעס מפילקינדער???

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2015 11:31 am
דורך ווישוואש
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:עכ"פ די וואס שניידן יעדע וואך מעגן זיכער.
געהערט פון א דיין אז דאס האט נישט קיין שום מקור. ס'איז געהעריג מותר צו שניידן די נעגל ער"ש.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2015 1:22 pm
דורך מה פתאום???
זיי שרייבן מותר
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 1:57 pm
דורך סאכדעס
ווישוואש האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:עכ"פ די וואס שניידן יעדע וואך מעגן זיכער.
געהערט פון א דיין אז דאס האט נישט קיין שום מקור. ס'איז געהעריג מותר צו שניידן די נעגל ער"ש.
עיין בכף החיים.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 1:59 pm
דורך מאנ-יימער
סימן?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 2:02 pm
דורך סאכדעס
דא ביי הלכות תשעה באב. ער שרייבט זייער שטארק אז אויב האט מען צו גרויסע נעגל, זאל מען בוודאי שניידן. עיין שם, ווייל מיין זיכרון דינט מיך שוין נישט ווי אמאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 2:23 pm
דורך מאנ-יימער
העמער נאכקוקן, למעשה האבעך נישט קיין גרויסע נעגל היצט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 2:35 pm
דורך יואל שווארטץ
כ׳האב אביסל איבעריגע, אויב דו ווילסט.