מיין ראש חודש אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

מיין ראש חודש אשכול

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 15, 2007 5:46 pm

צי איר גלייבט מיר יא צי איר גלייבט מיר נישט, נעכטן האבעך געוואלט עפענען אן אשכול אקוראט מיט דעם נאמען/קעפל, כ'בין נישט אויסן איבערצוזאגן ס'זעלבע פשעטל ווי נעכטן, פארוואס כאגעגעבן דעם נאמען פאר'ן קאפ. ערשטענס בינעך נישט קיין טעיפרעקארדער, פונקט אזוי ווי איר האט הנאה ליינענדיג, האבעך הנאה שרייבענדיג, און ווער קען דען איבערזאגן א דזשאוק צוויימאל, און שמייכלן דערצו? נו אנע שמייכלן וואסערע טעם האטעס דען? און צווייטענס, דענק איך נישט פונקט ס'גאנצע פשעטל, כאבעס נישט געחזר'ט א_ווי דער בר מצוה בחור... אלא מאי העליך נאר איבערזאגן אין געציילטע שורות, בערך וואס כאנעכטן געשריבן, און אויך אביסל מוסיף נופך זיין אביסל פרישע ווארע...

איז אזוי, די פענסטער'ל איז שוין אפן זינט צענע אינדערפרי, האמיר געמיינט אז מ'העל מיר מיט פרישע כוחות זיך נעמען צום ארטיקל, אבער מה עשה קרעמער? ער האט אריינגערוקט א סוד אין די קרעטשמע, עטליכע שעה האט מיר גענומען עס מפענח צו זיין... איז קומעך צוריק אהער, יא, איר ווילט וויסן פשט אינ'ם קעפל, די מאנסע אידאך אזוי ווי כאשוין פריערט מקדים געווען, און חזקה שהקדמה עושה שליחתו, נו דארף איך נישט מאכן קיין הקדמה אחר הקדמה שאינו אלא לרבות.. די הקדמה אידאך שוין דא, עסיז קאי וקיים, טאקען נישט אין ווארד, אבער פארט איז ער דא מיט אונז.

כאגעוואלט מאכן א ראש חודש אשכול מיטן נאמען: ראש חודש, האבעך זעך איבערגעזעהן און געקלערט אז ניין, דער עולם וועט מיינען אז סיז א פלעיענע ר"ח אשכול, אזא וואס כאגעפענט בערך א יאר צוריק פון היינט, אדער פון נעכטן, וואס איז בעסיקלי געשטעלט א_ווי די ראש חודש אשכול פון ירא שמים, מ'גרוסט זיך א גוטן חודש, און סיז דא וואס גלייכן צו זאגן טאפלט... אלזא אראפ פון טיש, כ'מיין פון מחשבה, ס'עפעס פון טיש? ס'קיינמאל נישט געווען אויפ'ן טיש, האבעך געקלערט צו מאכן: ראש חודש אשכול, אבער ווייגעוואלד געשריען גערופן, ירא האטעך שוין געפענט אזנעשקויל, איגעבליבן צו שרייבן: מיין ראש חודש, אבער די פלאן איז גלייך עלימינירט געווארן, די שונאים האבן זיך גובר געווען, און נאופס, ס'עפעס דיין??? היקרא לך דבר? כ'מיין דו קענסטעך דען נעמען ס'ראשחודש פאר זעך? האסטען רשות? קרעמער לאזט? כ'מיין מאן יימר אפילו אויב נעמסטעס פאר דיר, איעס דען דיינס? קומסט מיר פאר א_ווי יענער וואס האט גענומען ס'בענקל פון ס'מעדרעש אהיים, און ער זאגט: סימיינ'ס... כ'מיין ווער האטעך געבעטן? ווער האטעך געפרעגט? האחד בא לגור ויקח מן הבא בידו? כ'מיין ווער ביסטו? שוין קעמעדאך נישט רופן ס'אשכול 'מיין ראש חודש', אימען געזעסן גרויסע קעפ מיט קליינע נעזער, און זיך געמוטשעט, מה נענה אנן אבתריה? וואס זאלן מיר קליינע מענטשלעך טוהן? ביז מ'זעמיר אפירגעקומען, און צוגעקלעפט נאך איין ווארט, און דאס איז 'אשכול', כ'מיין וואס אן אשכול איז דארף איך דאך אייך נישט דא זאגן, דאס איז אזא געהענגל, נישט פון די טרויבן, נאר געכער א_ווי די נטף ביי די ציצית, ווער עס ווייסט נישט וועליך זאגן, סישטייט אז די ציצית זאלן הענגן פונ'ם כנף א_ווי נטף. שוין לאמיר נישט פארקריכן מיט זאכן וואס האט נישט דוקא מיטן אשכול, הגם, סיז אין היימישע פארברענגן, אבער דאך ברויך מען דאך זיך האלטן אביסל צו א נושא, מ'קען דאך נישט פארדרייען דעם עולם ס'קאפ....

יא, מ'נעמיר ס'ווארט אשכול, מ'קלעפט עס צו, מ'קוקט צוויי מינוט, און נאופס ס'פאלט נישט אראפ, די קלעב קלעבט גוט.... און נאך בעסער ווי גוט, סיז אפילו נישט קיין קלעב.. נישט דא קיין קשיות, מיין'ס דיינס, אלעס איז איינס, 'אשכול' און פארטיג, און דורכדעם נסתמו ארובות הטוענים, און היידא, מ'קען גיין ווייטער.

כ'וויל נישט דא אריינגיין אין קיין אריכות איבער די גרויסקייט פונ'ם טאג ראש חודש, דאס לאז איך פאר'ן דאיען זעלבסט, זאל ביום מן השבוע זיך אויפשטעלן ווען ס'פאלט אריין ראש חודש, און פארציילן פארן ברייטן ציבור די גרויסקייט פון אזא סארט הויכע טאג... א קורץ ווארט מוזעך פאר זאגן, מ'זאגט ביין דאווענען, ראשי חדשים לעמך נתת, זמן כפרה לכל תולדותם. ס'עפעס א זמן כפרה??? וואסענדערש פון צוויי טאג פריערט, נאר סיזוי פשוט, אז די קשיא איז קעלאל נישט דא, ס'שטייט דאך דארט ביין ממעט זיין דעם ירח, האט גאט כביכול געזאגט, הביאו עלי כפרה על שמיעטתי את הירח, און דאס איז דער מוסף ראש חודש, נו אויב גאט כביכול אליינ'ס קריגט א כפרה אין דעם טאג, אידאך קל וחומר בן בנו של קל להבין אז מיר אידן קריגן א פארצייאונג.... שוין דאס איז שוין ממש במאמר הקדום כ'מיין המוסגר... (סיז גראדע נישט מוסגר בכלל נישט, באט עניוועיס)

אויפשטיין שטייט מען שוין אויף אן האלבע מינוט שפעטער ווי יעדן טאג, אמער, מ'האט זיך געלייגט מיט א גאנצע האלבע מינוט שפעט, פרעגט איר אלע פארוואס? אהה מ'האט געזאגט יעלה ויבוא ביין דאווענען, און אפילו אויב האטיר נישט געזאגט, האטעך דער באלטפילע זעכער געזאגט, געדענקסט האסטעך גערעגט פארוואס איזער אזוי מאריך??? געדענקסט??? אהה ווייל ער האט געזאגט יעלה תחנונ.. ניין ויבוא, אהה אזוי... שוין, צוליב דעם געשעהניש, ערוועקט מען זיך מיט בערך אן האלבע מינוט שפעטער ווי געווענדליך, למשל: -אבי, קום העלף מיר- אויב עמעץ ערוועקט זיך אלע טאג אום 6:00:00 וועט זיך אין אזא טאג זיך ערוועקן 6:00:30 און אזוי לדוגמא, אויב עמיציר ערוועקט זיך אלע טאג, אום 6:03:34 וועט זיך ראש חודש זיך ערוועקן 6:04:04 אקיצער, כ'וויל אייך נישט אויפהאלטן, אבער נאך איין משל העליך געבן, אויב למשל איינער שטייט/זיצט אויף אלע טאג 5:30:08 וועט ראש חודש אויפשטיין/זיצן 5:30:38 און אלעס, אלעס איז צוליב די סיבה וואס כאפריער געשריבן: מ'זאגט יעלה ויבוא ביי מעריב...

סאו שטעלט אייך אליינס פאר (איר קענט זיצן אויך) אויב שטייט מען אויף שפעט וואס קעמענעך ערווארטן אין אזא טאג, אוקיי, סיהייבט זיך נישט אן דא, און אויך ס'ענדיגט זיך נישט דא, א מער, ס'הויבט זיך נאך אן פון נעכטן ביין מעריב, און עס ענדיגט זיך נישט אזוי שנעל, עמער אייך אריינפירן אין שוהל אריין, עקטשולי נאך אינדרויסן פון שוהל, קומסט אן, זוכסטעך א פארקינג, (כ'על אייך פארציילן א סוד, היות ס'וואלט סייוויי ארויסגערינען נישט היינט מארגן, -כ'האב אין פלאן אייך עפעס צו פארציילן איבער מיין דרייוון- סאו קיין גרויסע סיקרעט סערוויס וועט עס שוין סייווי נישט פארבלייבן, מיילע זאג איך הויך קליפ דאונלאוד ענד סעוו, אז כ'דרייוו, אזוי שרייבענדיג דערמאנעך זעך אז כאנאך עפעס צו שרייבן אויסער די אויבנדערמאנטע זאך איבער דרייוון, נישט ממש דרייוון, נאר אונען א קאר, פארוואס זאגעך עסייך? איך זאל קענען אמאל צוריק קומען דערצו) פארסט פון ערשטן קאר ביזן לעצטען, רוקסט דיר אראן די ברילן און קלערסט, וואס גייט היינט פאר דא? רבוש"ש (קרעדיט: זארעכ) וואס גייט דא פאר? געוואלד, פארוואס געפוניך נישט קיין פארקינג? אלע האבן היינט באשלאסן (נישט מיט קיין נומער) צו קומען מיט די קאר? אדער וואס???? אזוי עגבערט אין די מארעך די פראגע, אבער עס בלייבט הענגן אין די לופט, (דארט נעבן וואו יאך בין געווען אנגעהאנגן מיט חיים ברוך'ן) קיין ענפער באווייזט זיך נישט אויפ'ן האריזאנט, פארוואלקנט פארווייטאגט טראכט מען מיט אלע כוחות, מ'פרובירט צו רופן א חבר, אבער ער שלאפט נאך סעטומע. ביז ביז אין ווינקעלע פונ'ם ווייטן האריזאנט מערקט זיך אן א קליין פינטעלע, יא דארט אזוי זייטיג, יעדער זעהט??? (ווייל איך נישט) די קליין שווארץ פינטעלע ווערט גרעסער און גרעסער, א_ווי מנוצט דעם סקרולער אויף די מייז (איר האט שוין געהערט פון אזא מושג? [כ'רעדט דאך נישט פון די מושג וואס קען זיך צוברעכן, אין דעם האבעך כלל נישט קיין השגה] א סקרול אין א מויז? סטומע רעדט נישט דער פסוק פון די געווענדליכע מויזלעך נאר פון די ראש חודש מויזלעך/האזלעך, וואס ליגן צו אונז אלעמאל צו די רעכטע זייט פון די בארד וואס די קיה ארגענעזאציע האט ערפונדן, און די איטרי יד האבן עס אויף 'זייער' (נישט אזוי ווי זייער שטארק, נאר זייער אזוי ווי אין ענגליש: שלהם) רעכטע זייט. אין קורצן: אויף די אנדערע זייט פון די כהה, (אויף דעם לאז איך שוין מיללער און קרעזי זיך ארומ'הרג'נען אזש ביז קלעפ אין שפראך) עס קוקט אויס ממש א_ווי א לעבעדיק מייזל. וואס אנטלויפט ווען זי זעהט אן אמעריקאנעם בירגער, גלויבט מיר סיז א בחי' פון 'בייניי ראיתי'. אגב, דערמאנט עס מיך אין די נקום לייניינו פון יענטאאש'ן, אוקיי די רינגל איז שוין צו לאנג, באלד וועט איר זיך נאך דערזעהן ביין אנפאנג) אזוי ווערט דאס (נוטראל?) פינטעלע גרעסער און גרעסער, און ס'מוח'ל כאפט זיך אה יא, כ'דערמאן זיך שוין, היינט בינעך דאך אויך אויפגעשטאנען צוליב דעם - נישט מער געדאכט, ביז נעקסטע ר"ח - עטוואס שפעטער, סיז ראש חודש אויף די וועלט.
ווי א שטיין וואלט זיך אראפגעקוילערט פון זיין הארץ, אטעמט ער לייכט אויף, אהה וועגן דעם איז פול די פארקינג גלאט, גלאט אזוי ווייל דער עולם בלייבט נישט נאר לענגער מיט אן האלבע מינוט, ערשטענס נאך אן האלבע מינוט פאר'ן באלעטעפילעס יעלה ויבוא, וואס ווערט נאך געווענדליך פארלענגערט, יעדער מוז דאך זוכה זיין אריינשרייען אינ'ם אויער פונ'ם בעל תפלה, נו יעלה ויבוא, ער ווייסט נישט וואס מ'וויל, זאל ער יא זאגן? נו דאס אקוראט וויל ער דאך טוהן, איז צו וואס שרייען זיי דארט? זאל ער נישט זאגן, קעמען דאך נישט, סיז דאך ראש חודש, און מ'זעמיר שוין געשלאפן היינט לענגער בלא בלא בלא, (פאר די וואס וויסן נישט: ער טראכט דאס אלעס גאר גיך) טא וואס ווילן זיי, אהה יא סאכדעס האט שוין געזאגט, זיי מוזן יעדער ווייזן קענטעניסן.. נישאן, געדויערט עס שוין עטוואס לענגער ווי דאפלט ביי מעריב, אויסערדעם, זינגט מען נאך הלל, און ווען מ'האט נאך אזא שאץ ווי חיים ברוך האט יעמאלט געהאט, זינגט ער דאך דעם גאנצן קה רבון מיט יעדן קנייט ביי אנא און ס'לענגסטע חמול אויף הודו, נו איז נעמט עס נאך א פערטל שעה בערך, און מ'ליינט 4 קרואים אנשטאט 3 וואס אלע בעלי בתים וואס ווילן זיך שפירן גוט (כ'רעדט נישט פון אונזער ער וויל מ'זאל איהם מכבד זיין, גיי פארשטיי) קויפן די עליות, און געבן ברחבת יד, כ'אילו ער טיילט צדקה, און רביעי וואס-שייך, נעמט ער פאר זיך פארגלייזט זיך די אויגן און זאגט ברכו, און דערויף קוקט ער אריין אין ספר תורה א_ווי דער האן אין פנים אריין. סאו נעמט עס נאך א פערטל שעה.

און דערויף קומט נאך מוסף וואס הגם סיז היבש א קלענער שמוינעסרע ווי געווענדליך, אבער פארט נעמט עס כמעט טאפלט צייט. איר מייינט אוודאי ווייל מ'קען עס נישט אזוי גוט. נע קלאל נישט דאס, אהה כ'זעה אז יאכער כאפט גלייך/LIKE (נאו עפעס ארבעט זיך נישט אויס דא, מיללער העלף מיר ארויס) יא דאס איז עס, רעד העכער יאכער, קענסט פלוצים נישט? פלוצים איז ער מיר א תינוק שנשבה כ'מיין שלא נפתחה עיניו, כ'מיין פיו. שוין כ'זעה אז ער שעמט זיך, העליכייך זאגן: די אלע סידורים שטייט דאך בשם פונ'ם בני יששכר, וואס מ'זאל מכוין זיין ביין שם, פון ברוך אתה ה' מחדש חדשים, גיי ווייס פארוואס און פארווען פונקט ביי מוסף פון ראש חודש, קענען אלע כוונות??? כ'קריך נישט און כ'גיי נישט ארויס פון דעם גאנצן פארוויקלטן (נישט אין פאפיר) ענין.. דערוילעם פלוצים ווערן בעלי מקובלים, און אויב פעלט נאך אויס שרייעט עס עמעץ אויס הויך פאר שמו"ע עפעס א כוונה פון די רבינו תם'ס אויף דעם שם הויה ברוך הוא, און יעדער האט דארט עפעס געוואלדיג אינזין, מ'שלעפט סידורים, און מבלעטערט און מ'מישט, אהה כענדזאען כגאחשלויח שגדחא והי' הוא, אהה ווייסמער שוין, און אויב וועליך איהם פרעגן וואס ער האט אינזין געהאט אויסער אז ה' מיינט מען גאט ברוך הוא, קוקט ער מיך אן ווי דער קוה אין בני אדם אריין: (כ'מיין וואס עפעס האן? ער קוקט דען אריין?) סייסט? דער בענייסאסחער זאגטאך.???!!! סימידיר??? און אז כ'זאג איהם דער בני יששכר האט אלעמאל געדאוונט מיט קבלה, קוקט ער מיך שטוינענדיג, דאס איז קבלה???? ער האט געמיינט אז מ'טאר נישט ביז די פערציג..... אקיצער דאס איז א חלק א פארט וואס האלט אויף דאס דאווענען מיט נאך א פערטל שעה כאטשע. און אזוי איז די שווארצע פינטעלע וואסיז פריערט געווען אזוי קליינטשיג און זייטיג, שטייט איצט (אדער זיצט ער) אזוי במלוא מובן אפילו, מיט'ן גאנצן הדרת גולם, און מ'זעהט באשיינפערליך וואס די געפארקעכץ איז היינט..

נו אויב אזוי מוז מען פארקן אביסל אהינצי ר'לעדיגט, ער מאכט נישט קיין שהיות, זוי רויסגייענדיג פון קאר, מערקט ער זארעכ'ן זיין בעסטע חבר, און פרעגט איהם זארעכ, וואסענייעס? גיימער עסן באלד א סידע??!! און זארעכ קוקט איהם אין ווי פון האנעלולו, ס'היינט??? ס'האטער שוין ווידער געשמעקט א סידעניו??? אבער אונזער וויקטעם ווייסטעך שוין, זאגט ער איהם שפאסיג, חחחח סידאך ראש.. אוטשש.. שרייעט זארעכ, אחחחח אחחח נא, אוי וואס טוט מען דא? כאגעפלאנט היינט א 15 מינוט דאווענען טאפס, וואס טוט מען דא??? כ'מיין די קליענטן קומען נישט צוריק א צווייט מאל, דער באלעבוס ווערט בייז, כ'מיין סיז נישט קיין חכמות, און זיכער נישט קיין טיפשות...

שוין מ'דערזעהט זעך שוין אין שוהל נאך די מקוה, ראש חודש אנע מקוה פאר'ן דאווענען??? נע זיכער נישט, מיילע סתם א שחרית, העט מען גייען אין מקוה דערויף, אבער נישט ראש חודש, די פיאות זענען שוין מסודר, ביי איהם אונטערן אויער און ביי יענעם פאר'ן אויער.... מ'ווארט אויף א באלטעפילע, סגעדויערט נישט לאנג, יאכער און קרעמער ערשיינען, אוי אידאס א ביטערע מלחמה, ביידען ווילן דאך זאגן אין קרעטשמע ווער ס'האט היינט געמאכט די שנעלע דאווענען, זאגאר סיז ראש חודש.....

אויב וועליך האבן נערווען נעקסטן ראש חודש ממשיך צו זיין, העליך עס טוהן, און א_ניש ניט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 15, 2007 6:53 pm

קיינער, יוי קיינער נישט, וואס גייט דא פאר, איך ברויך זיין דער ערשטער מגיב? סאכדעס, יעצט פריי איך מיך אז דאס נעכטיגע האט זיך אויסגעמעקט, איי עם סארי, אז איך פריי מיך מיט דיינע צרות, אבער כאניש קיין ברירה, ווייל, סיי דו האסט נעכטן געלייגט א גוטס, און נאך דערצו האבן מיר גארנישט דערלייגט, סאו, מוז איך מיך פרייען, זיי נישט ברוגז.

אבער וואס האסטו געוואלט פון מיר, לעצטענס שליקערץ איך געפערליך, און איך האב קיין אהנונג פארוואס, ביז איך קום דא אריין, און איך זעה באלד אז קליינע גוגל קעסטל, מיט א לינק, און איך טראכט צו מיר, שוין ווייטער א לאנגס, אבער דאן ווערט פארענטפערט אלע מיינע געשליקערצקעכטסער, (קענסט עס אויסליינען?) אלץ מיסטו עפעס אריין ווארפן פון מיר, וואס האבעך דיר דען געטוהן? קען זיך דער ארטיקל נישט אויסארבעטן אן מיר? (כ'מיין עס נישט ערענסט, ווייל פאקטיש פריי איך מיך.)

סאכדעס, די ארטיקל איז ריזיג, בכמות און באיכות, הערליך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך אוגוסט 15, 2007 7:35 pm

קומענדיגע ראש חודש איז ראש השנה...
***

הער אויס סאכדעס,
אינ'אמת'נ'אריין בינעך דער שולדיג נאך פון נעכטן א זיסע נקמה'לע, אבער אצינד אז איך האב אריינגעוואנדער אהער לכבוד דיין רעס-חוידעש אשכול, עלעך מער שוין נוקם זיין אין דיר בכפליים... און זאל דאס שוין אויך דינען (נישט ח"ו עבודה זרה. חלילה. כ'מיין דאך צו זאגן... נו... וויאזוי איז מען דאס נאר מסביר? נו... נע... נא... נוי... נו... וויאזוי נאר? נו, לינגוויסטן שפראכיסטן וואו זענט איר? העלפט מיר ארויס... נו, שוין, כ'ווייס נישט וויזוי, אבער וויל איך קלאר שטעלן אז איך מיין נישט ח"ו 'דינען' עבודה זרה, נאר כ'מיין פשוט ס'זאל 'דינען' ווי נקמה אינעם נעכטיגן טאג אויך...

איז אזוי:
- א גוטן מר. ווארד. וואס טוצעך עפעס גוטס?
- גארנישט באזונדער. וואס מאכט איר עפעס מר. פעפער?
- אהה, דו פרעגסט וואס איך מאך? הער אויס א מעשה שלא הי', אבער, מיט איין תנאי, - מר. ווארד - דו מוזט זיך האלטן רואיג און געדולדיג. מחמת מעשה שיא הי', פלאן איך צו רייטן היינט אויף דיינע געהירן, און נישט סתם אזוי רייטן, נאר רייטן צום געדענקען, היינט ביסטו געפאלן מיין קרבן צו סאכדעסנ'ס נקמה. איז הער אויס וואס די מעשה איז, איך האב דא א פאציענט אונטערן נאמען 'סאכדעס', זאל לעבן. די מעשה מיט דעם סאכדעס איז דאך אזוי, ער, יא ער זעלבסט, נישט קיין אנדערער, קענסטן? דער וואס פארמאגט אין זיך א געוויסער סענס אויף הומאר, געמישט מיט זאפטיגע מליצות צו דער זייט, איז מייסטערהאפטיגער בעקער מיט צוויי געבענטשטע ידים ידי סאכדעס, וואס מיט די ידים קנעט ער כסדר איין פרישע האניג טורטן, אזש זיך צום באלעקן, ס'אלע טעמים. ס'מעשה מיט'אימ'ן אינאר, אז יעדער פרישער טורט קומט באגלייט מיט פרישע טעמים, מיט פרישע מליצות, וואס איז נארוואס ארויס פון באק אויווען... איי אי דאס א מייסטער בעקער...
- נו, וואס איז וועגן דעם, מר. פעפער?
- אהה, גוט געפרעגט, מר. ווארד. איז הערט אויס, ס'מעשה איז אזוי:

היינט אינדערפרי קום איך ארויס פון שול, און כ'הער (נישט איך הער, נאר איך הער, איר ווייסט וואס כ'מיין יא?) ווי איינער שרייט: זארעכ, ט'מארגן, טנ'חודש...

סאכדעס, דו ביסט דאס געווען אזוי היינט צופרי דארט ביים פארקירן? יוי איז דאס געווען בושות... שוין, בעסער מ'רעדט נישט, כ'בין געווען דארט זוי טרוד און אריינגעטון אז כ'אב מיטאמאל געכאפט (עהה, וואס עפעס כאפן? האטסטו מיר דען געגעבן איך זאל כאפן? ווייסטע וואס, יא, האסט מער טאקע יא געגעבן עפעס! און סאכדעס, ווייסט וואס דו האסט מיר דאן געגעבן? האסט מיר געגעבן אזוינס צום געדענקען... בושות וחרפות האב איך איינגענומען אזוי ארויסלויפנדיג נאך דע שמונה עשרה פארגעסנדיג פון הלל און צערעף...

סאכדעס, קענסטעך גארנישט פארשטעלן וואס דו האסט מער אנגעמאכט. כ'אזעך אזוי געכאפט א מינוט צוויי דערויף אז כ'ברויך גאר איבערדאווענען פון הא לחמא עניא ביז נאך גאל ישראל מיט רחצה אריבער... אמער, כאדאך געפאלגט ערליך וואס דער סידור האט מער געהייסן און כ'אב פאר 'ידיד נפש' אנגעהויבן - אין ס'קעפעלע - ציילן געלט אזוי שטייט'לעך און קלאר ווי דער בעל תפילה האט מסתמא געדאווענט... פארוואס זאג איך מסתמא? ווייל איך שטעל זיך אזוי פאר! דענק איך דען? בין איך דען געווען ביין דאווענען הויטע?

און וואס מיינסטע, סאכדעס, מיט וואס האצעך עס געענדיגט? געענדיגט האצעך עס מיט א תפילת נדבה. כ'אב ווי א טאטעלע געמאכט א שיינעם בואי בשלום, אזוי בריש גלי ובחוצות ירושלים דאמעריקא, און מיט גרויס שמחה (די שמחה איז געווען בערך אזוי גרויס ווי די שמחה פון מיין שכן, ערעב מעכל, וועלכער פרייט זיך אלע וואך מיט 'בואי בשלום' בערך אזוי ווי איך האב זיך היינט געפרייט מיט מיינעם) האב איך מחזיר געווען פני ידי ורגלי צום ס'מעדרעש, און זיך געשטעלט דאווענען אום זיבענע צופרי א מנחה'דיגער סטייל שמונה עשרה, אנע כנפות'לעך און אנע טוטפות'לעך.

אוי, סאכדעס, סאכדעס, כ'פראביר דעך נאכצומאכן... אבער, ווי, וואס, ווען? קען עך דען? האבעך דען דער חוש המתוק מדבש וואס דו פארמאגסט? איך פירקל, איך קאטשקע, (נע, נישט דע געבראטענע "ואת האלפ'דיגע" קאטשקעס, וואס די גבירים אין דער אלטער היים פלעגן פארמאגן, ניין, פון די קאטשקעס רעד איך, איך רעד איינפאך פון מיינע געקאטשקאכצער דא אין דער אשכול), איך פרוביר איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אן ערפאלג! איך קען דיין קונצליכע ווערק נישט אהער שטעלן!

פארשטייט איר שוין, מר. ווארד, פארוואס איך האב בעדארפן צו רייטן אויף אייך? שטעלט אייך פאר ווען איך זאל אייך נישט ניצן פאר א כפרה, וואלט איך דאך דאן אריינגעקוקט אין סאכדעס'נס נעכטיגער טאג, און שוין...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 15, 2007 7:40 pm

זארעכ, ס'ברויך נישט זיין פונקט ווי סאכדעס, ווי זארעכ, איז מער ווי גענוג.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 15, 2007 9:19 pm

האניג;

דיינע ווערטער זענען דאך מתוק מסאכדעס...

*

זארעכ;

ספלענדע איז אויך נישט אוועקצומאכן...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 3:54 pm

א_ווי מאשקע!

גוט ארויסגעברענגט!

גראדע האב איך נעכטן געזען אויפן ספלענדע זעקל (מנהגי קרעמער סעיף א': ראש חודש ערלויבט ער זיך צו נעמען א זעקל ספלענדע אין די קאווע): "געמאכט פון צוקער, דערפאר שפירט זיך עס ווי צוקער"... איך האב זיך העפליך באדאנקט פאר די ארט-סקראול ביאור פאר מוחות קטנות שלא הגיעו לחינוך.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 5:36 pm

העעעעעעעעעעי!!!!..... (האלאו וואס שרייסטע דא ווי קינד?.... דו ווייסט וואס דו ווילסט?).... שאטראטפ דו נערוועזער! כ'אנאך רעכט צו שרייען פאר סאכדעס, אקעי!!!!.....

העעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!!!!..............

אקעי למעשה, וואס וויל איך טאקע דא??.... אה, אקעי.

סאכדעס, הארך אויס, נייג אן אויער, לייג צו קאפ, קוק אהער, לאמיך דיר זאגן, כ'וועל דיר מסביר זיין, וואטעווער.

איך מאך מיט דיר א געשעפט. די זאך איז אזוי, נאו אפענס פאר דעם ראש חודש, כ'דארף דיך נישט צו זאגן, ס'איז א גרויסער טאג. אבער נישט נאר ברוחניות, נאר אויך בגשמיות. ס'עך מיין? מיט די לאנגע דאווענען און עווריטינג. און איך רעד שוין אפילו ווען מ'שטייט יא אויף געהעריג, נישט 6:04:47 אנשטאט 6:04:27. כ'מיין צו זאגן אפילו ווען אי איך און אי דער באלטפילע האבן פארגעסן יעלה ויצמח... כ'מיין ויבוא ביי מעריב.

עניוועי, (נאהאט, וואס האב איך געוואלט זאגן?..... באלד וועט נאך די גערעגטע טאטע פון פריער נאכאמאל שרייען)...... אה יא, בקיצור, איך האב א נגיעה עס זאל נישט זיין יעדן טאג ראש חודש..... פרעג נישט.... עניוועי, א גאנצע מעשה..... וואטעווער.

איי וואסעט זיין מיט דיין ראש חודש אשכול? דער עולם וויל דאך ווייטער הערן..... כאבעך אנייצע, שרייב ווייטער אפילו ס'איז נישט ראש חודש!..... בליץ! מעכטיגע איידיע! סידירניש בייגעפאלן הא?!..... נאח נאח, נישט חלילה זאלסט אויפהערן שרייבן די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט לעצטנס טעגליך..... צצצצצ צצצצ, ח"ו, חלילה..... איך רעד פון ביידע.... וואס אידען די פראבלעם, האסט נישט גענוג האניג?.....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 11:35 pm

א גוטן חודש ערעב סאכדעס.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 11:20 am

א גוטן חודש

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 12:53 pm

איצט כאפעך זעך אז קרעמער וויל כ'זאל ממשיך זיין, נע די דישעס זענן רעדי אויסגעוואשן צו ווערן, כ'קען נישט אזוי שמירנישדירניש שמירן אנעשקויל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:10 pm

קענסט נישט? ווילסט נישט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:11 pm

שמירנישניש קיינעם ניש אן.

עםםם. ביי דע וועי ערעב סאכדעס, גוטע חוידעש פאר יא. פליז גיוו דע מעסעדזש פאר די דאיען שעליטע. עי פערסאנעל גוד חוידעש פראם חיים ברוך.
טענקס עי ביליאן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 1:19 pm

כעל איבערגעבן.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך פאברואר 06, 2008 5:50 pm

העי פיפעל איים סארי באט די וועלט (נישט הרב מיילעך לייפער) זאגט בעדער לעיטער דען נעווער,
סאכדעס זיין ארטיקעל איז זיעסער ווי האניג און לעכטיגער ווי ווייסאיך וואס,
איך ליין אזוי דא דעם ארטיקעל, און ווי אויך די תגובות זעה איך אז איך האב ניכניש גענומען די מיה און מגיב זיין
(איךהער שרייב מיט א צטט די מצב היינט) ממילא האב איך געשפירט ווי א פליכט ארויפצוקומען היינט צו דיר און
אפיס און וואונטשען א גוטן חודש, האטס מיר א גוטן חודש און א לוסטיגען פורים...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 07, 2008 12:10 am

אההה א גוטן חודש, עקטשעלי איעס מיינס, אבער כ'לאז דיר עס נוצן ווען אימער דו וויסט נאר....

ראש חודש איז פון די הערליכסטע טעג ביי כלל ישראל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 06, 2008 12:20 am

א גוטן חודש אייר

א'ני י"י ר'ופאיך

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מאי 07, 2008 10:53 pm

אהה שערקויעך קרעמער פאר'ן אפירבראכן מיין ראש חודש אשכול. ראש חודש פארנדיג אין שוהל, האבעך זעך דערמאנט אינ'ם אשכול, קיין פארקינג ספאט איז נישט געווען צו באקומען, אפילו פאר אפאר טאלער. כאזעך עטליכע מאל אזוי ארום געדרייט, ביז דער גאט האט געהאלפן..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 25, 2009 7:39 pm

א גוטן חודש סאכדעס'ל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 25, 2009 8:41 pm

א גוטן חודש.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 25, 2009 8:41 pm

סאכדעס האט געשריבן:אהה שערקויעך קרעמער פאר'ן אפירבראכן מיין ראש חודש אשכול.


געוואלדעוואנע

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » זונטאג ינואר 25, 2009 8:43 pm

פארשטיייסט נישט? ער דארף א פארזעצונג.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 27, 2009 2:26 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:פארשטיייסט נישט? ער דארף א פארזעצונג.


סידען שלעכט א_ווי ס'איז? מ'דארף טאקע אלעמאל זעצן?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג ינואר 27, 2009 2:59 pm

האב איך דען געזאגט זעצן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 23, 2009 11:17 pm

איך האף אז סאכדעס וועט מיר מוחל זיין פארן צוזאמשמעלצן צוויי אשכולות וואס ער האט געגרינדעט בענינא דראש חודש.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מארטש 17, 2009 1:52 pm

ניין, איך בין דיר נישט מוחל, איינס איז אן ארטיקל געווען, און איינס איז דזשאוסט זיך צו גריסן. נעקסטיים פרעג אן, דו האסט מיין נומער.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט