בלאט 1 פון 2
דירות קריזיס אין וויליאמסבורג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 5:14 pm
דורך ניק ניק
איך קלער אז בדרך הטבע קען מען נישט מאכן א ריזן עולם איבער לאזן די הייזער און גיין וואוינען בארץ לא זריעה, נישט קיין חילוק וואס מען שטעלט צו, נישט קיין חילוק פאר וועלעכן פרייז חוץ א רבי פון א חסידות וואס קען מיטנעמען זיינע סרים למשמעתו.
פארוואס? ווייל א מענטש גייט וואוינען ווי ס'עם באשערט פון הימל מה' מצעדי גבר, און ווען מ'קוקט א פלאץ צו וואוינען קוקט מען אויף די שכינם, די ביהמ"ד, די כולל, די בתי חינוך, די מרביצי תורה, די השקפה, די ביזנעס, דאקטוירים, ועוד ועוד ועוד ועוד ועוד, וואס איז נישט מעגלעך צוצושטעלן, דאס איז נאר זאכן וואס ווערן פארמירט בהמשך הזמן.
אבער איך האב א קלער א זאך וואס קען אפשר יא ארבעטען, אז אזוי ווי ס'שוין היינט איינגעפירט אין געוויסע מקומות אז נאך די חתונה בלייבט מען נאך לערנען אין ישיבה -צו הייסט עס ישיבה צו הייסט עס כולל- ס'נישט קיין נפקא מינה, די קאנסעפט איז אז א ישיבה קען מען אראפשטעלן ווי אימער, מ'שטעלט אראפ א בנין און פה תישב דא גייסטו ישיבענען, און נאכדעם די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה שטעלט מען צו ביליגע דירות נעבן די בנין ה(ישיבה)-כולל און צוביסלעך ווען מ'זשוכעט זיך אויס פאנגט מען אן זיך ארום צוקוקן אויף די וועלט.
כמה מעלות טובות:
[*]מ'קען לענגער בלייבן ביי די גמרא, אזוי ווי די טרוים פון א יעדע איד
[*]מ'פאלט נישט אריין אין אזוי יונג אין די ריחיים על צווארו, מ'קען מקיים זיין די בן י"ח לחופה און נאך האבן א קאפ פאר א פאר יאר
[*]די הוצאות החתונה וואלטן דראסטיש געפאלן, דורך דעם וואס די ערשטע פאר יאר דארף מען נישט צושטעלן טייערע מעיבל ווייל מ'וואונט נאר צייטווייליג, און נאכדעם האט מען צייט צו קויפן צוביסלעך, ס'דעך נישט פארבינדען מיט א שמחה.
[*]און לענינינו די דירות וואלט געווען א גוואלדיגע ישיעה, ס'טייטש ס'נישט עק וועלט קודם איז מען נישט צוגעוואונט צו וואונען דווקא נעבן די מאמע, אדער דווקא ווי 10 שטריימלעך ווארטן פאר א רויט לייט, מ'זעט אז ס'פעלט גארנישט ברחניות ובגשמיות אין אנדערע פלעצער, און צווייטענס איז נישט עק וועלט אז מ'טרעפט נישט קיין דירה ס'דעך נישט דא קיין דעדליין, מ'קען זיכן און זיכן ווי לאנג מ'טרעפט(?), דריטענס וואלטן זיכער אסאך אינגעלייט מחליט געווען אז איך בין שוין דא העל איך שוין דא ענדיגען די יארן און זיי וואלטן זיך געבויט הייזער בשכינות און אזוי וואלט צוביסלעך געווארן אן עיר התורה והעבודה קרית מלך רב.
פארשטייצעך אז אויב ווילסטו יעדעם גייסטו נישט האבן קיינעם, ס'מיז זיין איין חסידות, און אויב די חסידות איז צוטיילט מיז עס זיין נאר איין צד. אנדערש גייט עס בדרך הטבע נישט געשעהן, ס'איז פינקט ווי פארקויפן פרוכט אין א גראסערי נעבן די ריזיגע פרוכט מארקעט (המשך (אולי) יבוא)
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 6:26 pm
דורך יואל ווייס
קאנסט שוין כאפן דעם אטעם?
אדער זאל איך רופן הצלה...?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:28 am
דורך שאלת_חכם
דו קענסט ווייטער קלערן, דער עולם האלט נישט ביי גארנישט!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:47 am
דורך צייטליך
וואלאנטירן ווערן געבעטן צו קומען צום קרעטשמע שומרים קאמענד-טראק ווי מיר הייבן אן מיט א זוכעניש נאך "ניק ניק" וועלעכע איז פארלוירן געגאנגען אינמיטן שרייבן א תגובה.
לויט פאליצייאישע דעטעקטיוו'ן - נאכן אנאלעזירן זיין תגובה - זענען זיי געקומען צום אויספיר אז ער האט ווארשיינליך געליטן פון א שווערע אטאקע ווען ער האט זיך געגעסן איבער די וויליאמסבורגער דירות קריזיס, זעהנדיג אז די מצב ווערט נישט בעסער, כאטש מ'האט שוין געפענט צאל-לאזע אשכולות דערוועגן האט ער אבער אפגעמאכט אז ער וועט עפענען אן אייגענעם אשכול לשמו ולזכרו ווי ער וועט זיך אויסרעדן און גלייכצייטיג גיבן הדרכות אין עיצות איבער א קלער וואס ער האט וואס קען ארבייטן.
למעשה פון זיך אזויפיל עסן אין זיך האט ער נאך פארן עספיען ארויסצוזאגן זיין "קלער" זיך אפגעפעקעלט פונעם אשכול און נעלם געווארן! ווי אין וואסער אריין! אבער נישט איידער ער האט געדריקט דעם "שלח" קנעפל דערביי שיקענדיג א סיגנאל פאר די אמערדזשענסי אגענטורן אז עפעס שוידערליך קומט פאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:57 am
דורך פעדער
אפשר זאל ער זיך ווענדן צו ר' אלישא דייאמאנט אין איינער פון יאיר וויינשטאק'ס געבעקסן און אנבאטן הילף. ר' אלישא אין "דער סוד פון ירושה האט אויך געבליטיגט שווער וועגן די דירות מאנגל, און די געשוואלענע פרייזן .
זיין עצה, איז גראדע יא געווען אוועקצומופן. איך געדענק נישט וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט דארט לבסוף . אבער וואס סיזיכער איז זיכער, אז ער קען דיר מעגליך בייהילפיג זיין ...אפשר אפי' אנשיל פאפער..פון די ישיבת בני עליה.. אדער גאר יונה פינטער, וואס האט געוואלט בויען די ביהמ"ק. און אויסגעלערנט זיינע חברים,וויאזוי צו שחט'ן קרבנות, דורכן צושחט'ן קלאמענטינע שאלעכץ, און שפריצן די ציפעדיגע זאפט דערפון - אלס בלוט. - אויף די עקן פון די רבי'ס טיש , אלץ די מזבח ....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 11:07 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך גיי בשום אופן נישט משוגע מאכן וועג די טעותים אין די ערשטע תגובה.
אבער פליז די נאמען פונעם אשכול טויש ביטע פון קריזית צו קריזיס... דאס איז א קריזיס ביג טיים
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 11:17 am
דורך משה קארנפעלד
יעצט קומט אריין די נייעס אז מען האט אפגעפונען א "קלער" וואס איז מעגליך די "קלער" וואס איז אפגעהאקט געווארן.
דיטעקטיווס אנאליזירן יעצט די "קלער" צו זעהן אויב מען געפונט עפעס סמנים דערויף וואס זאל אנדייטן איבער וואס עס האט געקענט פאסירן.
פאלגענד איז א בילד פונעם "קלער".
Я не знаю, что я хотел сказать
ווער עס קען זאל ביטע זיך ווענדן צו ערענסטער אדער סאכדעס עס צו דעשיפרירן.
---
ניק ניק האט געשריבן:נו ס'ווערט עפעס? ווי איז די הצלה?
פאליס האט דערקלערט אלל קלער. דט"פ.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 11:46 am
דורך קרעמער
די אלע וואס האבן טענות אויפן פותח האשכול, האבן פארפעלט צו ליינען זיין חתימה:
איר האט נישט וואס צו זאגן? דאן ... שרייבט עס!
יעצט פארשטייט איר שוין? ער האט נישט געהאט וואס צו זאגען איבער דעם דירות קריזיש (קיין טעות) האט ער דאס געשריבן
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 11:50 am
דורך שאלת_חכם
דער האט שוין פאראכטן זיין תגובה
לעצט פאראכטן דורך ניק ניק אום דינסטאג יולי 26, 2011 12:04 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זיי מוחל און געב ארויס דעם סוד
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 11:51 am
דורך פעדער
פארוואס קען מען נישט זיך אריבערציעהן קיין קאנאדע? דארט איז נישט דא קיין דירות קריזיס, קריזית, קריזיש, מאנגל, קאטאסטראפע, נויט , קלעם, בראך, קאשמאר.. מ'ערהאלט קינדער געלט, און ס'איז א מחיה...ס'איבריגע צייט קען מען זיצן, און זיך בראטן אויף די זוהן.
......פארשטייט זיך מיט א גמרא אין די הענט..
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 12:28 pm
דורך מחותן
ווער זאגט אז עס איז דא א אלגעמיינע דירות קריזיס??
פאר ווער עס האט באמת א דירה קריזיס. דער האט שוין געמופט ערגעץ אנדערש ווי עס איז נישט קיין קריזיס,
אז איינער בלייבט און וומסב"ג און ער מופט נישט, איז א סימן אז פאר אים איז עס נישט קיין קריזיס, עס איז זייער פשוט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 10:40 pm
דורך ניק ניק
זאגט נאר מחותן, זענט איר טאקע א מחותן, איר ווייסט אפשר וויפיל עגמת נפש א יעדע מחותן אין ווימ"ס גייט דורך פאר די חתונה פון א קינד און צומאל אויך נאך? איר ווייסט אפשר וויפיל גיטין ס'האט שוין גורם געווען? איר ווייסט וויפיל אידן האבן שוין צאם געבראכן וועגן דעם? איר ווייסט וויפיל מחלוקת ס'האט שוין גורם געווען?
דעס וואס איר זאגט אז ווער ס'האט א פראבלעם האט שוין געמופט, איז נאריש, ווייל ס'מופט זיך נישט אזוי, ס'נישט א באנק אין ביהמ"ד וואס אויב איין באנק איז נישט באקוועם גייט מען אויפן נעקסטן. א פלאץ ווי צו וואוינען ווענד זיך די גאנצע עתיד פונעם שטוב ברוחניות ובגשמיות ווי שוין פריער ערוועינט, און נאך דעם כהיום יום איז דא קע"ה איבער 300 חתונות א יאר אין ווימס"ב, זאל מען שיקן אלע נייע קאפעלס וואס ווייסן נאכניש בחייכון אין עררט? (לויטן חשבון פון די אינגערע כותות אין די מוסדות גייט אין אפאר יאר ארום זיין קרוב צו 1000 טויזענט חתנות א יאר קע"ה אין ווימס"ב אליין) מ'דארף נישט העלפן די באשעפער פירן די וועלט, אבער מ'דארף האבן קאמען סענס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 10:43 pm
דורך קרעמער
ניק ניק;
איך שטום צו צו דיינע רייד. אבער גיטין? ווער גט זיך חלילה צוליב א דירה פראבלעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 10:49 pm
דורך ניק ניק
געהערט פון הרב ישראל מענדל שווארטץ עוסק בעניני שלום בית
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 9:50 am
דורך מחותן
ניק ניק האט געשריבן:זאגט נאר מחותן, זענט איר טאקע א מחותן, איר ווייסט אפשר וויפיל עגמת נפש א יעדע מחותן אין ווימ"ס גייט דורך פאר די חתונה פון א קינד און צומאל אויך נאך? איר ווייסט אפשר וויפיל גיטין ס'האט שוין גורם געווען? איר ווייסט וויפיל אידן האבן שוין צאם געבראכן וועגן דעם? איר ווייסט וויפיל מחלוקת ס'האט שוין גורם געווען?
איך האב געשריבען מיינע ווערטער בדרך הלצה, ווייל איך האב געוואלט ארויסברענגן א גרעסערע פוינט איך בין נאר נישט אנגעקימען דערצו,
איז אזוי, ווען מען קיקט אויפן גרויסן בילד, ווען מען רעדט פון גאנץ וומסב"ג באנזאם. איז טאקע אמת אז די מצב איז שוין א קאראטראפע,
און אט אט וועט מען עס קענענן אנריפען מיטען ריכטיגען נאמען: וומסב"ג געטא

השי"ת זאל אונז ווי פריער אויסלייזען פון גלות בכלל, און אונזער אייגען געמאכאטע גלות בפרט,
אבער ווען וועסט אנהייבן קיקען בפרטיות וועסטע זען אז זייער אסאך מענטשן וואלטן זיך געקענט העלפן, און זיי טיען עס נישט
איך האב שוין פארברענגט א גוזמא מיט שעות מיט אסאך פון מיינע חברים וואס האבן געצאלט 750 800 טויזענט דאלער א דירה, און זיך געטענה'ט מיט זיי פארוואס זיי מופן נישט קיין מאנסי ווי די פרייז פאר דירה איז ממש העלפט אדער קיין קר"י, איך רעד פון אינגעלייט וואס דרייווען און זיי זענענן נישט אנגעוויזן פאר פרנסה צו וואוינענן און א לאך און וומסב"ג, און זיי האבן נישט קיין ערענסטע בארעכטיגטע פארוואס זיי טיען עס
עס אמת נישט יעדער קען מופן! אבער עס איז אויך אמת אז כמעט קיינער קען נישט בלייבען!! עס איז ממש א קריזיס
דערפאר ווען איינער א יחיד נעמט זיך שרייען אז די מצב איז ממש א שרעקליך. פאר אזא איינעם איז דא זייער א פשוטע תירוץ. הייב דיר אויף און גיי קיין מאנסי/קר"י/בעסוואטער ווי אימער, ווער הייסט דיר בלייבן און וומסב"ג?? ווייל יענער מופט נישט דארפסטו אויך בלייבען? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוט?? די קריכענדיגע פון דיין דירה וועלן דיר מוחל זיין דאס מופן זיי וועלן גלייך האבן א צווייטען,
און דאס איז מיין פוינט, דער יחיד { 50 פראצענט פינעם ציבור } קען זיך העלפן ווען ער וויל נאר באמת, די פראבלעם איז אז ער וויל נישט באמת זיך העלפן, ער וויל אז גאנץ וומסב"ג זאל מופן צוזאמען מיט אים, און דאס איז א זאך וואס גייט נישט געשען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:08 am
דורך קליקו
מחותן האט געשריבן:
און דאס איז מיין פוינט, דער יחיד { 50 פראצענט פינעם ציבור } קען זיך העלפן ווען ער וויל נאר באמת, די פראבלעם איז אז ער וויל נישט באמת זיך העלפן, ער וויל אז גאנץ וומסב"ג זאל מופן צוזאמען מיט אים, און דאס איז א זאך וואס גייט נישט געשען
אמת ויציב! א יעדע יחיד קען זיך העלפן אויב וויל ער באמת. די גאנצע דירות קריזיס איז א זייפן בלאז, א יעדער דארף פשוט אפמאכן פאר זיך וויל איך לעבן דא באקוועם אדער טוישן געירס, אנהייבן ביים רעדן אין שטוב דערוועגן און מאכן פשוטע פלענער זיך צו טוישן די לעבן שטייגער און מופן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:24 am
דורך מחותן
נאופ, לייג נישט אריין קיין ווערטער און מיין תגובה, איך האב נישט געזאגט אז די קריזיס איז א זייפן בלאז, עס איז א אמת'ע קריזיס וואס דארף האבן א לעזונג ווי פריער, מיין פוינט איז געווען עפעס אנדערש, ליין עס איבער אויב עס איז דיר אינטערסאנט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:00 pm
דורך משה קארנפעלד
מחותן גאר גוט געזאגט.
אבער צומאל אפילט א מענטש איז גרייט צו גיין זענען איינער פון זיינע ארימיגע נישט גרייט, זאל זיין די ווייב, שוויגער, טאטע וכו', דעמאלטס שטייט ער אויס א ווייב/שוויגער קריזיס אבער נישט דירות קריזיס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 4:06 pm
דורך ניק ניק
ניק ניק האט געשריבן:א מענטש גייט וואוינען ווי ס'עם באשערט פון הימל מה' מצעדי גבר, און ווען מ'קוקט א פלאץ צו וואוינען קוקט מען אויף די שכינם, די ביהמ"ד, די כולל, די בתי חינוך, די מרביצי תורה, די השקפה, די ביזנעס, דאקטוירים, ועוד ועוד ועוד ועוד ועוד,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 5:06 pm
דורך מחותן
האסט אויסגערעכענט אכט ערשטע סיבות אויסצוקלויבן א פלאטץ ווי וואוינען, און איין סיבה האסטו פארפעלט וואס קען איך מיר ערלויבן - ווי וועל איך ע"פ דרך הטבע האבן מער {פינאציאלע} ישב הדעת
האסט סופער גוט ארויסגעברענט פאר וואס מען וועט אי"ה אייביג בלייבען איינגעשפארט און וומסב"ג,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:36 pm
דורך ניק ניק
דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחביריו ונוהג כמנהג אנשי מדינתו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:40 pm
דורך יהיה כן
פארוואס שרייבט קיינער נישט פון דעם נייעם דירות פאריעקט אויף פארק עוו. ביי ווענדרבילט?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 7:22 am
דורך פאקטיש
משה קארנפעלד האט געשריבן:מחותן גאר גוט געזאגט.
אבער צומאל פילט א מענטש איז גרייט צו גיין זענען איינער פון זיינע ארימיגע נישט גרייט, זאל זיין די ווייב, שוויגער, טאטע וכו', דעמאלטס שטייט ער אויס א ווייב/שוויגער קריזיס אבער נישט דירות קריזיס.
גוט! גוט!
דער קריזיס פון ווייב מאכט די אנדערע קריזיס.
וחוזר חלילה, ווייל אן קיין עטוואס הרחבת הדעת הערשט ווייניגער שמחה אין שטוב, לויפט מען צום מאמען...
ווערט מען נאך מער עדיקטעט צו משפחה...
וויל מען שוין נישט מופן צוליב משפחה...
טאקע אזוי ציט זיך צוזאם מער און מער די שטריק אויפן האלז, ווערענדיג א מצב וואו אידישע קינדער זענען דערשטיקט/פארווייטאגט/ אויסגעפלינדערט/פארקלעמט, און קיין ישועה זעט זיך דערווייל נישט אן אויפן האריזענט...
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 3:47 pm
דורך ים רויבער
הרב ניק ניק, מ'עדט שוין דערפון דא צענדליגע מאל אין עטליכע אשכולות
אפיל: געזוכט א דירה אין וויליאמסבורגדי דירות פראבלעםדירות פראבלעם - ארטיקלעןקאמענטארן איבער דירות פראבלעם - ארטיקלעןועיין עוד בהמפתח של "ולאחיו יאמר חזק"
הרב יהיה כן,
דא רעדט מען דערפון
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 31, 2011 1:35 pm
דורך מחותן
ניק ניק האט געשריבן:דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחביריו ונוהג כמנהג אנשי מדינתו.
ניק ניק האט געשריבן:א מענטש גייט וואוינען ווי ס'עם באשערט פון הימל מה' מצעדי גבר, און ווען מ'קוקט א פלאץ צו וואוינען קוקט מען אויף די שכינם, די ביהמ"ד, די כולל, די בתי חינוך, די מרביצי תורה, די השקפה, די ביזנעס, דאקטוירים, ועוד ועוד ועוד ועוד ועוד
ים רויבער האט שוין אראפעברענט אלע מראי מקומות. און באמת איז שוין כמעט נישט דא וואס צוצוגעבן צום נושא, איך וויל נאר פרעגן א שאלה פון "ניק ניק"
מיסטער ניק ניק, פארוואס האסטאו געפענט די אשכול??
די האלסט און איין מסביר פארוואס מען קען בשו"א נישט מופן פון וומסב"ג און יעדער איז גערעכט מיטען בלייבען און וומסב"ג, אויב אזוי פארשטיי איך דיר נישט, וואס איז די צול פינעם אשכול??
איז עס מער געווען א תפילה צו השי"ת ווי פאקטיש זיכען א עצה? ווייל עצות ווי איז דאך נישט שייך צו געבן, ווי אזוי דו האסט ארויסגעברענגט אז די אלע וואס וואינען און וומסב"ג זענענן בארעכטיגט דערצו און מיזען עס טיען, איז די קשיא צו דיר: וואס ערווארסאטע?? ענדערש זיי צופרידען מיט דיין גורל, רעד דיך נישט אפ, פראביר צו זאגען אז ביסט פרייליך, אא"וו, ווייל סיי ווי קען מען עס נישט טוישען, אלע עקספערטען זאגען, אויף אזאך וואס עס איז נישט במציאות צו טוישן , אז אויף אזא זאך קלאגט מען נישט, מען דארף פראבירען שלום צו מאכען מיטען מצב, ווייל עס איז סיי ווי נישט און דיינע הענט צו טיען עפעס,