בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 31, 2011 2:21 pm
דורך ניק ניק
ניק ניק האט געשריבן:אבער איך האב א קלער א זאך וואס קען אפשר יא ארבעטען, אז אזוי ווי ס'שוין היינט איינגעפירט אין געוויסע מקומות אז נאך די חתונה בלייבט מען נאך לערנען אין ישיבה -צו הייסט עס ישיבה צו הייסט עס כולל- ס'נישט קיין נפקא מינה, די קאנסעפט איז אז א ישיבה קען מען אראפשטעלן ווי אימער, מ'שטעלט אראפ א בנין און פה תישב דא גייסטו ישיבענען, און נאכדעם די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה שטעלט מען צו ביליגע דירות נעבן די בנין ה(ישיבה)-כולל און צוביסלעך ווען מ'זשוכעט זיך אויס פאנגט מען אן זיך ארום צוקוקן אויף די וועלט.
כמה מעלות טובות:
[*]מ'קען לענגער בלייבן ביי די גמרא, אזוי ווי די טרוים פון א יעדע איד
[*]מ'פאלט נישט אריין אין אזוי יונג אין די ריחיים על צווארו, מ'קען מקיים זיין די בן י"ח לחופה און נאך האבן א קאפ פאר א פאר יאר
[*]די הוצאות החתונה וואלטן דראסטיש געפאלן, דורך דעם וואס די ערשטע פאר יאר דארף מען נישט צושטעלן טייערע מעיבל ווייל מ'וואונט נאר צייטווייליג, און נאכדעם האט מען צייט צו קויפן צוביסלעך, ס'דעך נישט פארבינדען מיט א שמחה.
[*]און לענינינו די דירות וואלט געווען א גוואלדיגע ישיעה, ס'טייטש ס'נישט עק וועלט קודם איז מען נישט צוגעוואונט צו וואונען דווקא נעבן די מאמע, אדער דווקא ווי 10 שטריימלעך ווארטן פאר א רויט לייט, מ'זעט אז ס'פעלט גארנישט ברחניות ובגשמיות אין אנדערע פלעצער, און צווייטענס איז נישט עק וועלט אז מ'טרעפט נישט קיין דירה ס'דעך נישט דא קיין דעדליין, מ'קען זיכן און זיכן ווי לאנג מ'טרעפט(?), דריטענס וואלטן זיכער אסאך אינגעלייט מחליט געווען אז איך בין שוין דא העל איך שוין דא ענדיגען די יארן און זיי וואלטן זיך געבויט הייזער בשכינות און אזוי וואלט צוביסלעך געווארן אן עיר התורה והעבודה קרית מלך רב.
נייע וויליאמסבורג'ער גאסן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:36 am
דורך לאמפ
אין די היימישע צייטונגען פונעם היינטיגן דאנערשטאג איז דא א קורצע באשרייבונג און מאפע פון די פרישע וויליאמסבורגע גאסן וואס זענען שוין באוואוינט דורך אריבער הונדערט משפחות מאחב"י ווי ווערנאן, ווילאבי, הארט, פולאסקי, טאמפקינס דיקאלב וכו' און איז יעצט לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי וויליאמסבורג קען ווייטער אויסשפרייטן אירע גרעניצען און געבן א געלעגענהייט פאר נאך קרוב צו פיר טויזענט אידישע משפחות צו וואוינען אין דעם חרדישער ישוב.
אין דעם געלעגענהייט איז וויכטיג ארויסברענגען אפאר זייער וויכטיגע פוינט'ס וואס מענטשן וואס קענען זיך נישט אויס אינעם געגנט זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם.
ווי באקאנט איז דער אלט באקאנטער שרעקעדיגע בעדפארד סטייוועסענט אין די לעצטע יארן געווארן טראנספארמירט צו די רואיגע בעד-סטיי און איז היינט די וואוין ארט פאר זייער אסאך היי קלעס גוים וואס זיכן צו זיין נאנט צו מאנהעטן אבער ווילן נישט צאלן די נארט וויליאמסבורגער רענט פרייזן וואס דאס האט געברענגט אז די ווייסע פאפולעשין האט זיך דארט געטריפעלט אין די לעצטע פאר יאר און האלט אין איין וואקסן ווען אין די זעלבע צייט טוט די שווארצע און לאטינא פאפולעשין שרינקען מיט יעדעס יאר וואס גייט פארביי און דאס און נאך אנדערע פאקטארן ווי בעסערע פאליציי שיץ האבן דראסטיש רעדוצירט די קריים ראטע אינעם געגנט און עס איז היינט מיינסטענס א שטילע און זיכערע נעבערהוד וואס דאס איז זייער גוטע נייעס פארן היימישער עולם וואס האבן מורא געהאט ביז לעצטענס זיך אויסצושפרייטן אין דעם געגנט.
אבער אין די זעלבע צייט מוז ארויסגעברענגט ווערן זייער א וויכטיגע פוינט בנוגע רענט פרייזן אין דעם געגנט, ווי פריער ארויסגעברענגט האט בעד-סטיי צוגעצויגן אין די לעצטע פאר יאר זייער אסאך פונעם היי קלעס און יאפי עלעמענט וואס האבן געהאלפן טוישן דעם געגנט צום גוטן אבער אין די זעלבע צייט דראסטיש געהעכערט דעם ריעל עסטעיט מארקעט, ווי למשל א בראונסטאון וואס איז אין יאר 11' געגאנגען פאר ארום א האלבע מיליאן האט היינט א פרייז טעג פון אריבער מיליאן דאלער! און פאר זייער א פשוטער סיבה ווייל די רענט אינקאום איז דראסטיש געשטיגן און לדוגמא פאר א 3 בעדרום אפט באקומט מען היינט 2600 ביז 2800 רענט אינעם געגנט וואס דאס האט געמאכט דעם נסיון ארויסצוגעבן דירות פאר גוים ענדערש ווי אידן ביטער שווער און דאס איז דער הויפט סכנה פארן געגנט.
מאכט זיך אבער אמאל יא א איד מיט מסירת נפש וואס קוקט נישט אויפן דאללער און איז יא גרייט צו געבן פאר אידן פאר 'ביליגער' ווי דעם ארטיגן מארקעט פרייז און בעט 'נאר' די וויליאמסבורגער פרייזן און דערלייגט שווערע טויזענטער'ס א יאר קומט דער ציבור אין קרימט מיט די נאז 'א חוצפה! אזויפיל צו בעטן פאר א דירה וואס איז נישט אינעם הארץ פון וויליאמסבורג' און אנשטאט צו באזינגען דעם איד פאר זיין מסירת נפש וואס אסאך זענען נישט בכח צו ביישטיין טוט מען אים גאר דערנידערן און אוועקנעמען דעם אפעטיט פון אנדערע צו פראבירן ארויסגעבן פאר אידן און דורך דעם ליידן מיר אלע ווייל אויב די גרעניצן וועלן זיך נישט אויסשפרייטן אין מען בלייבן קאנצענטרירט אינעם יעצטיגען געגנט וועלן די פרייזען זיך נאך מער הייבן.
אינטערשטער שורה:
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'דירות' קריזיס: די נייע וויליאמסבורגער גאסן.
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'רענט פרייזן' קריזיס: אפסטעיעט אדער א נייער ישוב
הצלחה רבה
לאמפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:28 pm
דורך פיטום
גארנישט קיין דזשוק...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:29 pm
דורך משה יענקל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווי האט זיך א איד אמאל אויסגעדריקט. כ'האב א לייטישע דירה אין וויליאמסבורג! עס האט אפי' פיר "וואלק-אין-קלאזעטס"!! איין חיסרון, עס האט נישט קיינע צימערן.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:59 pm
דורך פיטום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:16 am
דורך farshlufen
וואס קענען אחב"י הנאנחים ונאנקים הנאה האב פון
מעיאר דיבלאזיאו'ס האוזינג פלאן?
Message from the Mayor
To my fellow New Yorkers:
We have a crisis of affordability on our hands.
It's a crisis in many ways built on New York City's success. We are a safer, more welcoming city than we were decades ago. People from all over the world come to study, to work or to start a business here. And that success story has put pressure on our housing stock. Coupled with ever-rising economic inequality, it has created a painful reality where more and more New Yorkers are spending more and more to cover their housing costs, and entire neighborhoods have lost their affordability.
Affordable housing is part of the bedrock of what makes New York City work. It's what underpins the economically diverse neighborhoods New Yorkers want to live in. It's critical to providing financial stability for working families, helping them get ahead and build a better life.
And that is why today, we are laying out a comprehensive plan to build and preserve 200,000 affordable units over the coming decade for households, to support New Yorkers with a range of incomes, from the very lowest to those in the middle class. This is a plan to get ahead of the curve, to protect neighborhoods and build our city's next generation of affordable housing. It's about knitting communities together.
Our affordable housing policies must reach every New Yorker in need, which is why this plan thinks big about the changes we need to make—in government and in the private sector—to make this a city where everyone rises together, and everyone has a safe and decent home.
If you're in a community where affordability is disappearing, we want to protect it.
If your family lives in a rent-regulated apartment, this plan is focused on helping you keep it.
If you're a senior trying to remain in the neighborhood you helped to build, we are fighting to help you stay.
If you are a building owner or developer intent on building or preserving affordable apartments, we will support you.
This is a five-borough, ten-year plan. It will marshal people and resources from every corner of this city behind a singular purpose: to make this city again a place where our most vulnerable, our working people and our middle class can all thrive. Together, let's make that vision a reality.
Mayor Bill de Blasio
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 9:12 am
דורך חיים משה
נישט דורכגעליינט די גאנצע 177 בלעטער פונעם פלאן, איז דא עפעס וואס מען קען אדער דארף טוהן אז א חלק ניכר פון די 200 טויזענט דירות זאל אנקומען אין די היימישע געגענטער?