בלאט 3 פון 9
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:12 am
דורך האניג
פינעף ביפערס... מ'זעט ביזט פונ'ם אלטן דור...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 12:56 pm
דורך ים רויבער
leiby האט געשריבן:מאיר שאול, די ניגונים/נוסחאות האבן עקסטרע אשכולות ביי אונז, כ'מיין ס'איז אין שפראך, העסט הנאה האבן עס צו ליינען.
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=9491
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 2:38 am
דורך msp
א גרויסען שכויעך, רבי נויעך....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 2:51 am
דורך פעדער
"אֶנ-דֶנ-דִינוֹ, סוֹפוֹ-לַקַטִינוֹ, סוֹפוֹ-לַקַטִיקַטוֹ, אֶלִי-בֶּלִי בּוֹם, בִּים בּוֹם בּוֹם, שַׁבָּת-שָׁלוֹם, א ציגעלע אָדוֹם.."
פון ראמענישע אור-עלטערן האב איך געהערט: "אונא, מאדונא, מאליפא-לי, עלבל קעלבל דוילאטשי, טשע-פאטש, קאפל דאטש, עקעלע בעקעלע בלינץ.."
דאס האט מיר געקאסט א ערנסטע לאך!!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 3:10 am
דורך msp
דער ענדענדינא געדענק איך אויך נאך
נאר עס איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטען מיט די שיטה
הברה ספרדית והבן...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 7:56 am
דורך פערפעקט
Wow wee, bumble bee, you belong in nursery...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:04 am
דורך msp
אין וועלכע חדר האט מען אזוי געזינגען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:10 am
דורך פערפעקט
וועלכע נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:23 am
דורך msp
נישט ביי אונז....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:26 am
דורך פערפעקט
ביי אונז דא אין אמעריקא יא.
וואו איז ״אונז״ ביי דיר?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:44 am
דורך באגי מען
ארי בארי באקסער
אויבן וואוינט דער דאקטער
אונטן וואוינט די קוה
און דאס ביסטו
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:47 am
דורך באגי מען
ציפי ציפי צא צא מאמי קויפט א יא יא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:47 am
דורך באגי מען
ברוך אתה
משה טאטא
ה' אלקינו
משה רבינו
מלך העולם
יאסעלע גולם
בורא פרי
איך שטיי אויף צופרי
הגפן
איך לייג מיך צייטליך שלאפן
בורא פרי העץ
האסט א לאך אין טייץ
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:47 am
דורך באגי מען
מודה אני
די רבי איז א דזשאני
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:49 am
דורך msp
פערפעקט האט געשריבן:ביי אונז דא אין אמעריקא יא.
וואו איז ״אונז״ ביי דיר?
גילוי גילוי
געוואלד...
אונלי קידינג
ביי אונז איז געווען אנטווערפען און היינט איז דאס מנשסתר...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:49 am
דורך באגי מען
אלף בית גימל
דער רבי פליט אין הימל
וויאזוי גייט נאר ווייטער? שוין פארגעסן!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:58 am
דורך moshele11211
יעצט צו דיר באגי מעןןןן (יוא כ'צצצציטעררררר.. / די .. עם.. וואס טוסטו מיט די אלע וואס די עולם שיקט צו דיר .....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 10:20 am
דורך מומחה עצום
באגי מען האט געשריבן:אלף בית גימל
דער רבי פליט אין הימל
וויאזוי גייט נאר ווייטער? שוין פארגעסן!!!

דלת הא ואו
דער רבי שלאפט
ז׳ ח׳ ט׳
דער רבי עסט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:22 am
דורך פעדער
עלינו לשבח , די קוגל איז ווייעך . לאדון הכול , צו מאכן א שהכול . לתת גדולה, צו געבן פאר שמילא. ליוצר בראשית, נאכן אפעסן פליישיג'ס. שלא עשנו, און אפשר אויך פאר חני. כגויי הארצות, מיט די גראבע באצעס...נא ווייטער??
הונט הונט. דו ביסט עשו'ס קינד. לויף אוועק געשווינד. ווען נישט וועט זיין אך און ווינד.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:34 am
דורך באגי מען
זינעלע זינעלע שיין אויף, די דריי מלאכים זענען אויף
איינער לערנט תורה, דער צווייטער האנדעלט מיט סחורה
דער דריטער מאכט אויף די טירעלע
און עס שיינט אריין די זינעלע
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:34 am
דורך באגי מען
ס'רעגנט ס'גיסט, די אלטע באבע היסט
קומט א פאליס, און געט א שיס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 12:15 pm
דורך SPUSMN
אמר ר' שאול
פה מויל
מויל פה
דארען סנה
סנה דארען
שופר הארען
הארען שופר
שרייבער סופר
סופר שרייבער
נשים ווייבער
ווייבער נשים
ברעטער קרשים
קרשים ברעטער
אבות פעיטער
פעיטער אבות
טויט מות
מות טויט
לחם ברויט
ברויט לחם
טראכט רחם
רחם טראכט
שמונה אכט
אכט שמונה
טויב יונה
יונה טויב
שקיל רויב
רויב שקיל
טאטע יאקיל
יאקיל טאטע
כולי וואטע
וואטע כולי
האט געהאט א גרויסער גדולה
געהערט אלס אינגעל, ווייסט איינער פשט? אדער פון ווי דאס שטאמט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:58 pm
דורך האניג
געהערט אלס אינגל, און געדענקט עס אזוי גוט עס נאך אפילו אראפצושרייבן ווארט ביי ווארט??
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 2:11 pm
דורך שאלת_חכם
קען זיין ער האטעס נעכטן געהערט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 2:28 pm
דורך SPUSMN
חכם, יאך מיין איך קען זיין דיין טאטע. איי פרעגט דאך האניג ווי אזוי געדענקט מען עס אזוי פונקליך? איז דער תירוץ: גירסא דינקותא, מען האט נאך דענמאלץ נישט געהאט קיין טיימאהט'ס צו פארנעמען די צייט, און נאכדעם האב איך צוגעשטעלט אייגענע שטיקלעך (דאס האב איך דא נישט געברענגט) און זיך געשפילט מיט דעם, איז ממילא געדענקט מען עס, און ועל כולם גיט דער רבונו של עולם א גיטער זכרון זיך צו קענען מיט טיילען מיט ענק און ווערען צוריק קינדער, נו, בנים אתם לה' אלוקיכם