בלאט 9 פון 9

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 10:51 am
דורך קיקיון
שרולי האט באקומען א נייע נאש
ער בייסט אריין און עס שמעקט אים נישט
זאגט ער "מאמי דאז איז נישט אונזער הכשר"

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 11:03 am
דורך גערעכטער
קיקיון האט געשריבן:שרולי האט באקומען א נייע נאש
ער בייסט אריין און עס שמעקט אים נישט
זאגט ער "מאמי דאז איז נישט אונזער הכשר"

:grin:

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 3:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
גערעכטער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:שרולי האט באקומען א נייע נאש
ער בייסט אריין און עס שמעקט אים נישט
זאגט ער "מאמי דאז איז נישט אונזער הכשר"

:grin:

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 3:26 pm
דורך מתבונן
לעצטע וואך האט מיין 5 יעריגס געזען ווי איך לייגט תפלין דר"ת אינדערהיים.
רופט ער זיך אן, 'יעצט פארשטיי איך פארוואס מען לייגט די תפלין אויף די הענט, ווייל מ'איז ארויס פון מצרים מיט א 'שטארקע האנט'.
איך געב איהם א שטארקע קאמפלעמענט פארן טראכטן פון דעם גוטן טעם, און נאכדעם פרעג איך איהם, נו, איז פארוואס לייגט מען עס אויך אויפן קאפ?
ער טראכט א מינוט, און גיט א מערמעל אונטער, 'ווייל אפשר איז מען אויך ארויס מיט א 'שטארקע קאפ'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2015 8:39 am
דורך קיקיון
שרולי נ"י (קרב ל4):
מאמי אמת? חמץ אין די בויך איז נישט חמץ אין הויז

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 8:42 am
דורך בעמבא
זייענדיג ביי מיין שווער ביים סדר איז געזיצן דארט מיין קיין 5 יעריגע שוואגער'ל און זיך צו געהערט ווי די טאטע לייגט אראפ די סיפור יציאות מצרים,
שוין עטליכע וואכן וואס זיין טאטע קוקט נישט אין זיין ריכטונג זייענדיג פאריאגט און פארפלאגט מיט די ערב פסח ארדערס וואס די ביזנעס דארף ארויס שיקן,

ווען די שווער האט אראפגעלייגט ווי ב"ה די רבש"ע האט אונז ארויסגענומען פון מצרים און מיר דארפן מער נישט שווער ארבעטן האט זיך דאס קינד אנגערופן מיט א קול פון מחאה
"אוי יע דו ארבעסט נאך אלץ זייער שווער"

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 8:17 am
דורך קיקיון
מאמי צום 6 יעריגדיגער יוחי : גיי זיך אנטיען פיזאשמעס
נאך א פאר מינוט
מאמי: יוחי! איך זעה די טראכט אפילו נישט פון גיין שלאפען
יוחי: נור דער אייבעשטער זעהט וואס מען טראכט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2015 8:20 am
דורך בנימין הלוי
טוב טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 9:16 am
דורך קיקיון
שרולי'ס מאמי איז אהיימגעקומען פון די וואלען
אזוי שנעל איז דער שיפעלע געפארען
ער האט געהערט אין חדר אז אלע טאטעס און מאמעס דארפען גיין BOATING

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:31 am
דורך קיקיון
שרולי'ס טאטי האט זיך נישט געפילט און געזוכט אין פריזש א לייכטע זאך
"איך זעה נישם וואס איך קען עסען"
שרולי: דאמאלט בלייב הונגעריג
-----
זיין GLOW IN THE DARK פעזשאמע האט זיך אויסגעוואשען
"מאמי עס איז לאו בעטערי מען דארף עס ריטשזאזרשען"