Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווען פארן די מאנטריאלער אידן אין קאנטרי (פארראכטן)

מאנטאג יוני 27, 2011 9:26 am

און מאנטריאל וויאזוי גייט דארט צו די קאנטרי? פארט מען דארט די זעלביגער צייט אזוי ווי דא און ניו יארק אז מען פארט שוין ארויס די וואך דאנערשטאג? אדער גייט מען דארט שפעטער?

עס איז מיר זייער נוגע צו וויסן

וואלוועלע

Advertisement

מאנטאג יוני 27, 2011 10:07 am

געפרעגט א מאנטריאל'ער, זאגט ער מיר אז רוב מענטשן פארן שוין דער וואך אזויווי דא אין שטאט.

מאנטאג יוני 27, 2011 10:11 am

א ריזיגע שקויעך,

וואלוועלע

מאנטאג יוני 27, 2011 10:58 am

די קאנטרי געגענט דארט הייסט פריפאמפעין, אויב איך זאג עס גוט.

מאנטאג יוני 27, 2011 11:43 am

שוועמל האט געשריבן:די קאנטרי געגענט דארט הייסט פריפאמפעין, אויב איך זאג עס גוט.

פריפאנטעין.

דאס איז די אלטע סאטמארע קאנטרי.

סאיז דא נאך קאנטרי'ס ווי למשל ברך משה, פאור סיזענס, וואל-מארין ועוד.

מאנטאג יוני 27, 2011 12:47 pm

ע"פ דקדוק דארף מען שרייבן "אין" מאנטריאל.

מאנטאג יוני 27, 2011 1:08 pm

ע"פ דקדוק דארף מען שרייבן "ווען פארן די מאנטריאל'ע אידן אין קאנטרי"

מאנטאג יוני 27, 2011 1:18 pm

פלעגן זיי נישט פארן אמאל תיכף נאך שבועות? אזוי געדענק איך?

מאנטאג יוני 27, 2011 1:49 pm

לב טוב האט געשריבן:ע"פ דקדוק דארף מען שרייבן "אין" מאנטריאל.


דאס איז בכלל נישט קיין דקדוק, דאס איז פלעין עברי-טייטש, וואס זייער אסאך ווייסן נישט.

דקדוק איז מער דאס וואס פיבער מעסטער ברענגט ארויס, די וועג ווי-אזוי ס'וואלט געדאפט שטיין געשריבן.

מאנטאג יוני 27, 2011 2:50 pm

מי יודע האט געשריבן:פלעגן זיי נישט פארן אמאל תיכף נאך שבועות? אזוי געדענק איך?

מען דארט בערך די זעלבע צייט ווי אין ניו יארק.

מאנטאג יוני 27, 2011 5:06 pm

פיבער מעסטער די סבה וואס איך האב אנגעהויבן די נושא אזוי. איז ווייל איך האב געוואלט אז עס זאל געבן א בליץ אריין און די אויגן פון די מאנטריאלע מעמבער'ס. און אזוי ווי א מאנטריאלער זעהט גלייך אנהייב די ווארט מאנטריאל גיט ער זיך א שטעל אפ. משא"כ ווען איך שרייב מאנטריאלע יודן שוין שפעטער און די סענטענס ווייס איך נישט אויב מען זיי וועלן עס אזוי שטארק באמערקן

מאנטאג יוני 27, 2011 6:45 pm

מי יודע האט געשריבן:פלעגן זיי נישט פארן אמאל תיכף נאך שבועות? אזוי געדענק איך?

די ישיבה (גדולה) פארט גראד נאך שבועות, די עולם פארט שפעטער.

מאנטאג יוני 27, 2011 6:50 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:געפרעגט א מאנטריאל'ער, זאגט ער מיר אז רוב מענטשן פארן שוין דער וואך אזויווי דא אין שטאט.

כ'בין נישט קיין מאנטריאלער פען אבער דאכט זיך אז מאנטריאל איז נישט די דבר והפיכו פון "דא אין שטאט".....

מאנטאג יוני 27, 2011 7:11 pm

ניק ניק האט געשריבן:
ווער בין איך? האט געשריבן:געפרעגט א מאנטריאל'ער, זאגט ער מיר אז רוב מענטשן פארן שוין דער וואך אזויווי דא אין שטאט.

כ'בין נישט קיין מאנטריאלער פען אבער דאכט זיך אז מאנטריאל איז נישט די דבר והפיכו פון "דא אין שטאט".....


עס איז נישט קיין בושה צו זיין א מאנטריאלער.. אלענפאלס די גרייז מאכן זייער אסאך. זייער אפט הערט מען די אויסדריק ביי די ניו יארקע "קומסט אריין אויף יו"ט?"... כאילו יענע שטאט איז עפעס א גליל פון ניו יארק.

צוריק צום נושא. אין מאנטריאל די פריפאנטעין קאנטרי איז יעדער אליינס בעה"ב אויף זיין דירה. מען פארט ארויס ערגעץ צווישן די שולע ווערט געשפארט ביז די שולע עפענט זיך. די ערשטע אין לעצטע וואכן איז געווענליך דא א מנין מצומצם. רוב עולם פארט בערך די צייט וואס מען פארט אין ניו יארק.

פאר 2-3 יאר צוריק האבן א גרופע יונגעלייט אפגעקויפט אפאר הייזער מיט א גרויסע ווערצהויז (באר בלע"ז) יענער שיכון רופט זיך ברך משה קאנטרי. עס איז אומגעפער 10 מינוט אוועק פון די אלטע פריפאנטעין קאנטרי. די שיכון האט שוין היינט א שול מיט א מקוה, די קינדער שיקט מען קיין פריפאנטעין אין די ארטיגע תלמוד תורה.

דעם זומער דארף פארטיג ווערן גאר א נייעם פרוייקט אויך 7-8 מינוט פונעם אלטן קאנטרי.

דינסטאג יוני 28, 2011 12:35 am

לאז געמאכט האט געשריבן:.

פאר 2-3 יאר צוריק האבן א גרופע יונגעלייט אפגעקויפט אפאר הייזער מיט א גרויסע ווערצהויז (באר בלע"ז) יענער שיכון רופט זיך ברך משה קאנטרי. עס איז אומגעפער 10 מינוט אוועק פון די אלטע פריפאנטעין קאנטרי. די שיכון האט שוין היינט א שול מיט א מקוה, די קינדער שיקט מען קיין פריפאנטעין אין די ארטיגע תלמוד תורהי.


עס איז מיר איינמאל אויסגעקומן צו באזיכן ברך משה, און איך מיין אז אפאר הייזער מיט א ווערצהויז איז שטארק אינטערגעשאצט, עס איז א גרויסע שיינע קאנטרי, איך האב נאכנישט געזען אזא שיינע קאנטרי דאהי, א הערליכע וואסער מיט די הייזער ממש ביים ברעג, מיט אן אויג פארכאפענדע פאראנאמע. אדרבה זאג מיר צו וואס מען קען עס מדמה זיין דאהי פשוט ווייל איך וויל מיר נעמען דארט א באנגעלוי...

דינסטאג יוני 28, 2011 9:00 am

כ'האב דען געזאגט אז ס'איז נישט שיין? כ'בין אויך עטליכע מאל דארט געווען ס'איז ספעציעל שיין.

און ס'איז אזוי ווי כ'האב געזאגט. אונטער צוואנציג הייזער (אזוי שאץ איך אויסענווענדיג) מיט א גרויסע באר וואס האט א שווים באסיין אינעווענדיג.

ווי רופסטו "דאהי" אויב מיינסטו די קאנטרי'ס אין ניו יארק, פרעג מיך נישט ווייל כ'בין נאך נישט דארט געווען.

דינסטאג יוני 28, 2011 10:07 am

אז מ'רעדט שוין פין די מאנטריאלע קאנטריס, איז גוט צי צילייגען אז די קאנטריס זענען בערך א שעה צי פארען פין שטאט אין יונגעלייט פארען יעדען טאג אריין אין ארויס,

דינסטאג יוני 28, 2011 10:08 am

אריינגאנג צו ברך משה

אריינגאנג צו פריפאנטעין

דינסטאג יוני 28, 2011 10:10 am

נאך א זאך אין ברך משה איז דא א חדר, פאר די קליינע כיתות זיכער,

דינסטאג יוני 28, 2011 10:19 am

למשל אויב איך אלס ניו יארקער וויל דארט גיין פאר זומער, קען איך?

דינסטאג יוני 28, 2011 10:22 am

פארוואס נישט, דארפסט נאר טרעפען א דירה, אין ס'מסתם ביליגער פין ניו יארק

דינסטאג יוני 28, 2011 10:36 am

לאז געמאכט האט געשריבן:
עס איז נישט קיין בושה צו זיין א מאנטריאלער.. אלענפאלס די גרייז מאכן זייער אסאך. זייער אפט הערט מען די אויסדריק ביי די ניו יארקע "קומסט אריין אויף יו"ט?"... כאילו יענע שטאט איז עפעס א גליל פון ניו יארק.

מ'האב שוין גראדע לאנג געטראכט צו שרייבן איבער דעם נושא, נאר כ'האב 4 פראבלעמען

1. כ'ווייס נישט ווי
2. כ'וויל נישט וויי טוהן די ווימ"ס אידן
3. כ'בין נישט קיין שרייבער
4. כ'האב נישט געניג צייט

זונטאג אוגוסט 21, 2011 5:29 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:נאך א זאך אין ברך משה איז דא א חדר, פאר די קליינע כיתות זיכער,


דער חדר איז סטאנצירט אינעם פרינפאנטעין קאלאני, אין אן עקסטערע געגענט וואס איז נתנדב געווארן דורך דעם אומפארגעסליכער עסקן נמרץ ומקים עולה של תורה הרבני הנגיד ר' חיים אביגדור קאהן ע"ה, עס ווערט פארופן פירסט עוועניו, אויף דעם געגענט איז אויפגעבויעט געווארן שטיבלעך פאר די חדרים, דעם ביהמ"ד פאר די גאנצער קאלאני, בנין הישיבה קטנה, בנין הישיבה לצעירים, ועל כולם דעם בנין הישיבה גדולה וואס שטייט אין שפיץ פון איר גרויסן ראש ישיבה הרה"ג ר' משה מנחם טירנויער שליט"א. מיטן דארמאטארי מיטן חדר האוכל, אויך כיתות פארצולערנען. אזוי אויך האט מען לעצטענס געבויעט דארטן דעם ריזיגן היכל הכולל.

היי יאהר האט מען צוליב דעם דוחק המקום וואס דער ת"ת וואקסט ב"ה, ביז אזוי ווייט אז מען האט געמוזט בויען דעם פארגאנגענעם יאהר דעם גינאנטישן בנין הת"ת אין מאנטריאל, פאר איבער 8 מיליאן דאללער צו קענען אקאמידירן דעם וואוקס פון די תינוקות של בית רבן, איז אין קאנטרי אין פריפאנטעין איז שוין נישט געווען קיין פלאץ, האט מען היי יאהר צוטיילט די כיתות, און צויי דריי חדרים פלאצירט אין קרית ברך משה.

אגב, ברויך היינט פארקומען דעם מעמד שחיטת שני כבשים אין קרית ברך משה, וואו די תושבי הקרי' וועלן קענען זעהן במו עיניהם הן די חלק השחיטה און הן די חלק הניקר.

זונטאג אוגוסט 21, 2011 5:37 pm

בילדער איבער וואס כ'האב געשריבן אויבן
עטעטשמענטס
04.jpg
בנין הת"ת החדש במאנטריאל
04.jpg (30.09 KiB) געזעהן געווארן 635 מאל
02.jpg
בנין הביהמ"ד של פריפאנטין
02.jpg (31.33 KiB) געזעהן געווארן 635 מאל
03.jpg
בנין הישיבה גדולה בפריפאנטעין

זונטאג אוגוסט 21, 2011 5:38 pm

קרית ברך משה
עטעטשמענטס
01.jpg
מעמד שחיטת שני כבשים בקרית ברך משה
שרייב א תגובה

Advertisement