גריסן און שמועסן
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:17 pm
פארזעצונג צו "היימישע קרעטשמע" - נאך פסח אי"ה.
Advertisement
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:32 pm
(און קורצן פון פריער)
מאשקע ווערט בייז אויף די אלע אידן וואס האבן צוטריט צו די קרעטשמע און שרייבן נישט, דעריבער שרייבט ער אריין בטעות אונעם רוכטיגען טאג אשכול אז ער וועט ממשיך זיין נאך פסח,
און יעצט ווייטער...
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:39 pm
חחחח
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:39 pm
מאשקע האט געשריבן:פארזעצונג צו "היימישע קרעטשמע" - נאך פסח אי"ה.
איך לאך.
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:42 pm
נישט קיין תירוץ, זייט ווען גייט איינער אוועק פון די ארבעט אינמיטן טאג, מיטן אויסרייד אז ער דארף פסח'דיג מאכן, אויב יא און ער האלט נאך אן זיין דזשאב, קען איך אפשר עפלייען ביי זיין בעה"ב פאר א דזשאב...
דינסטאג מרץ 20, 2007 3:43 pm
יאנאש האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:פארזעצונג צו "היימישע קרעטשמע" - נאך פסח אי"ה.
איך לאך.
איך וויין, און ער לאכט...
דינסטאג מרץ 20, 2007 4:06 pm
מאשקע האט געשריבן:איך וויין, און ער לאכט...
,מ'טאר נישט וויינען,א איד דארף אלץ דאנקען דעם באשעפער
דינסטאג מרץ 20, 2007 5:18 pm
בס"ד
א גוטען דינסטאג
דינסטאג מרץ 20, 2007 11:18 pm
איך ווייס נישט צו איך מעג נאך שרייבן דא, הייסן הייסט נאך יעצט דינסטאג נאכט, אבער פאקטיש האלט איך שוין נאך מעריב, און דער גוי'שער דאטום איז שוין אויך דער מארגן'דיגער.
אזוי ווי איך בין אין א ספק, וועל איך דערווייל סטאפן דא צו שרייבן.
דינסטאג מרץ 20, 2007 11:26 pm
בס"ד
קדשים הלילה הולך אחר היום
דינסטאג מרץ 20, 2007 11:31 pm
נחמתני.
מיטוואך מרץ 21, 2007 11:03 am
יאכער, וואס מאכסטו אזא עסק פון ביינאכט דינסטאג בלא בלא?
מיטוואך מרץ 21, 2007 11:34 am
סאכדעס האט געשריבן:יאכער, וואס מאכסטו אזא עסק פון ביינאכט דינסטאג בלא בלא?
מיינסט אז פארדעם אליינס, איז עס נישט ווערט?
דינסטאג מרץ 27, 2007 9:41 am
איך ברענג ארויף דעם דינסטאג'דיגן אשכול, צום אויבערפלאך, מיט די האפענונג, אז די וואס האבן נישט וואס צו שרייבן, זאלן דאס דא שרייבן. (כמאמר, אז דו האסט נישט וואס צו טוהן, טוה עס נישט דא.)
דינסטאג מרץ 27, 2007 12:46 pm
יאך הער, זייער גוט האסטו געטוען, איך וועל שפעטער פראבירן, ווען כ'וועל נישט האבן וואס צו שרייבן, ביזדערווייל קוקט אויס אז כ'גיי יא האבן, אלזא לוינט נישט סתם צו פארפאטשקענען דעם אשכול, סידאך נישט געמאכט דערפאר.
דינסטאג מרץ 27, 2007 12:54 pm
למעשה קוקט אויס אז דו האסט נישט געהאט. והא ראי'...
עניוועי, א גוטן דינסטאג.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:15 pm
לאמיך טאקע זען, ווי סאך עטס האטס נישט וואס צו שרייבן.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:27 pm
וועסטיך עס קענען איבערצייגן לענגאויס דעם גאנצען נאכמיטאג וויפיל מיר האבן נישט וואס צו שרייבן.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:28 pm
כעל אויסווארטן, כאף אז איך וועל נישט זיין אנטוישט.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:28 pm
ענדערש האף אז יא.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:29 pm
ליין דיין חתימה.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:30 pm
נו, כ'האלט שוין נאכדעם, וואס ווייטער ?
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:31 pm
שרייב ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען דו האסט יא וואס צו שרייבן, און דערנאך ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען דו האסט ווען נישט וואס צו שרייבן.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:55 pm
חלום איך ארום, לעבעדיג צו טויט, וויסאך זאכן איך גיי נאך דארפן איינקויפן אויף פסח פון $50.00 און ארויף.
לאמיר זעהן, די ערב פסח מצות איז נאכנישט באצאלט - טאקע אויך נאכנישט געבאקן, אבער צו דעם קען מען גארנישט טון, איך גלייב ביז איבער א יאר וועט מען שוין קענען באקומען א וואך פאר פסח די ערב פסח מצות, נישט אזוי?
די בעכערס פאר די קליינע, קיטל שוין געביגלט, אהה וועש פון די קלינער'ס דארף מען נאך אויפפיקן.
וואס נאך?
דינסטאג מרץ 27, 2007 2:26 pm
די גראסערי ארדער, האסטו שוין געמאכט?
די פלייש ארדער, וואו האלט?