Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:30 am

ביסט דאך דער דיין קוק עס אליין נאך,
דיין פראגע אגב, פון וואס רעדסטו?

Advertisement

פרייטאג מרץ 02, 2007 12:41 pm

רח"ל וואס דא טוט זיך נישט אפ.
און וואו וועט מען שרייבן ווען ס'וועט טאקע זיין דינסטאג?

פרייטאג מרץ 02, 2007 12:42 pm

וואס הייסט וואו? אינעם תענית אסתר אשכול. איך האף נאר אז ס'וועט נישט פונקט געפאלן אין דינסטאג, ווייל דאן וועט שוין זיין א פראבלעם.

פרייטאג מרץ 02, 2007 12:59 pm

תענית אסתר קען נישט געפאלן אום דינסטאג.
אויב יא, האב איך גארנישט געזאגט.

פרייטאג מרץ 02, 2007 2:01 pm

מאשקע, כאב שוין אגב געקלערט איבער דעם. האסטו עס נאכגעקוקט?

פרייטאג מרץ 02, 2007 2:08 pm

ניין. כ'וועל עס אויסרעכענען איבער שבת, לויט די סימנים פון לא בד"ו פסח.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:18 pm

איך האב אינגאנצן פארגעסן צו זאגן. איך האב עס בשעתו אויסגערעכנט, און תענית אסתר קען טאקע נישט געפאלן אום דינסטאג.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:20 pm

שוין ווייטער, רבונו של עולם (נוסח יואלי לעבאוויטש) סידאך זינטאג היינט, ווי קען מען זיין אזוי קורצזיכטיג ?

זונטאג מרץ 11, 2007 4:21 pm

פארקערט, ווייל איך בין לאנגזיכטיג, קען איך שוין זעהן ביז דינסטאג, און אפילו ווייטער אויך.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:23 pm

חחחחחח.. גוט גוט.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:24 pm

אגב, די ווארט לאנגזיכטיג איז גענומען געווארן מיט'ן רשות פון די רעדאקציע, ותשואות כריין להם.

זונטאג מרץ 11, 2007 7:51 pm

מיין תשואה אויך פאר זיי ,

זונטאג מרץ 11, 2007 10:24 pm

ס'זעט אויס ווי ס'איז דא צווישן ענק אזא מין געיעג, ווער ס'קען מער שרייבן אין די אשכולות וואס איז ספעציעל געווידמעט פאר ספעציעלע טעג.

אז ס'הייסט דינסטאג, איז עס דינסטאג, נישט זונטאג און נישט מאנטאג און נישט מיטוואך און נישט דאנערשטאג און נישט פרייטאג, און אוודאי נישט שבת, און ווי אויך נישט תענית אסתר, וואס מ'האט שוין קלאר אויפגעוויזן אז ס'קען נישט געפאלן דינסטאג.

מאנטאג מרץ 12, 2007 2:37 pm

אלזא, יאךער וואס וויסטו?

מאנטאג מרץ 12, 2007 5:38 pm

סאכדעס האט געשריבן:אלזא, יאךער וואס וויסטו?


זאלסט שוין ארויס פיצן פון דא, אבער שוין, אן קיין קאמענט, לאמיר זען צו דו קענסט זיך איינהאלטן, איך וועל דיר מארגן קאנגראטולירן בלי נדר.

פארשטייט זיך אז דו מוזט ווייזן א סימן אז דו ביסט היינט דא געווען, געזען מיין תגובה, און נישט רעאגירט.

מאנטאג מרץ 12, 2007 8:12 pm

איכער;
פארשטייט זיך אז דו זאלסט אים קאנגראטולירן דוקא אינעם זונטאג אשכול...

מאנטאג מרץ 12, 2007 11:25 pm

אזוי ווי יעצט איז שוין טעכניש (תורה'דיג און להבדיל וועלטליך) דינסטאג, קען מען שוין דא גראטולירן סאכדעס פארן נישט שרייבן זונטאג אין דעם אשכול.

דינסטאג מרץ 13, 2007 9:10 am

CONGRATULATIONS סאכדעס קיפ איט אפ,

דינסטאג מרץ 13, 2007 9:57 am

אקעי, איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די אלע וואס ווילן קאנגראטולירן, אבער איך קען מיך דערצו נישט צו שטעלן, ווייל איך האב אפגעמאכט אז איך וועל אים נאר קאנגראטולירן אז ער וועט האבן די געלעגנהייט צו שרייבן דערין, (אין די מאנטאג'דיגע.) און ער וועט זיך איינהאלטן, אבער ער דארף דאס פראווען. (מיט א קמץ אונטערן אל"ף)

דינסטאג מרץ 13, 2007 11:05 am

מוחל עוונות, כ'דארף נישט קיין קאנגעראטולאציעס. נישט מיט קיין קמץ, און אויך נישט מיט קיין פתח.

דינסטאג מרץ 20, 2007 12:07 am

בעליוו איט אר נאט, ס'איז שוין נאכאמאל דינסטאג.

דינסטאג מרץ 20, 2007 9:43 am

ס'זאל זיך דא בעסער רירן ווי נעכטן אינעם מאנטאג'דיגן אשכול.

דינסטאג מרץ 20, 2007 12:15 pm

איך וועל עס פראבירן צו רירן ווי ווייט ס'איז מיר מעגליך,

איך הייב הערשט יעצט אן משיג צו זיין ווי ווייט ביזי דער עולם, כ'רעדט דא פון מענער, זענען פארנימען מיטן פסח'דיג מאכן,
ביז היינט האב איך געמיינט אז דער ארבייט באלאנגט אויסדריקלעך, סטריקלי פאר פרויען, כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, זי רעדט נישט אריין אין מיין ביזנעס, אפילו ווען ס'איז א ביזי סיזען, און דאס זעלביגע איז פארקערט, איך רעדט נישט אריין אין אירע ביזנעסער, אפילו אונעם סאמע ביזי'סטע סיזען פונעם יאר,

בין איך אבער געוואיר געווארן אז ס'איז נישט אינגאנצען אזוי, ס'איז טאקע נאכנישט דאס ביזי'סטע סיזען, אבער ביזי איז שוין, כ'רעדט ביי מיין שטוב'ס ביזנעס, אין געלט חלק, איז יעצט די צייט פון יאר וואס מ'אינוועסט, כ'ווייס נאכנישט ווען די רוח גייט קומען, אבער יעדע ביזנעס דארף מען אינוועסטן אביסל, און פארשטייט זיך אז דא שפיל איך די הויפט ראלע אין די ביזנעס, בעסער געזאגט, איך בין דער אינוועסטער, נאכדעם אין די חלק פון ארבייטן, דארט איז שוין מיין שטוב דער עיקר, אבער דא דארט, בין איך א פופציג פראצענט שיתוף, אראפנעמען די טשיינדעלער פאר מעינטענעס בין איך דער שותף, די ספרים איז אינגאנצן מיינס, כאמזל אז ס'רוב דערפון ליגט נאך ביים ספרים געשעפט, פסח'דיג מאכן דארף איך נאר די 'גופט סערטיפיקעט', און אזוי גייט די ליסט מיט יעדן טאג ארויף און ארויף,

און מ'ווינדערט זיך נאך ווי דער עולם איז איבערן טאג,
ווער האט היינט צייט פאר די קרעטשמע ?

דינסטאג מרץ 20, 2007 12:30 pm

פסח'דיג מאכן דארף ער נאר די 'גופט סערטיפיקעט', חחחחחחחח.

דינסטאג מרץ 20, 2007 12:33 pm

צייטליך, גאנץ גוט, קיפ אן, איך מיין אז דיין ליסט איז גרעסער.
שרייב א תגובה

Advertisement