Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 27, 2007 2:47 pm

צייטליך, איך וועל דאס נישט צו לאזן, אזוי נישט צו שרייבן, דו זאלסט דיך בעסער נעמען שרייבן, אז זינט שרייבן האט זיך געשרייבאכטס, זאל נאך אזא שרייבן נישט זיין, פארשטאנתא?

Advertisement

דינסטאג פבואר 27, 2007 3:04 pm

יא, כ'האב פארשאנען,

אבער דארפסט מיך אויך פארשטיין, כ'מיין ווי קען איך שרייבן ווען איך האב נישט די מינדעסטע צייט דערפאר, איך זיץ דא ביי א טיש, אנגעפילט מיט צעטלעך, א קאמפיוטער אנגעפילט מיט פינטעלעך, א קיבאורד אנגעפילט מיט קנעפלעך, א האלטער אנגעפילט מיט פעדער'ס, און גארנישט איז נישט מסודר, ווי קען איך יעצט שרייבן אזוי ?

כ'פארשטיי אז היינט איז א אויסנאם, ס'איז דינסטאג, שכויעך, כאבעס אליין פארשטאנען, אבער מ'מיז זיך רעכענען מיט אנדערע אויך, כ'מיין משטיינס געזאגט, אז איך וועל דא שרייבן העט דאך נישט זיין קיין פלאץ פאר אנדערע צו שרייבן, מ'דארף דאך זיי עפעס אויך איבערלאזן, נישט אזוי ? זיכער אזוי !

דינסטאג פבואר 27, 2007 3:04 pm

איכער, כמעט אזויווי מיין נוסח:

דינסטאג פבואר 27, 2007 3:14 pm

זאג נאר מיין נוסח טויג נישט?

איך_הער האט געשריבן:אץ מזגר בן מזגר, ייזגר ליזגר, בזיגור יתייזגר, רזוגר לייזגר גר בבוא לגוזר, זוגר ונתגזר, כעץ מזגרים לגזר, כגר על ציפור לגזר.

דינסטאג פבואר 27, 2007 4:59 pm

נע יאכער, במקום גדולים אל תעמוד, יגר'ל האט געשריבן פאר צייטליך עפעס וואס דו קענסט נישט פארשטיין.

מיטוואך פבואר 28, 2007 12:04 am

ס'איז שוין נאך דינסטאג, איך קען שוין נישט ענטפערן דא.

מיטוואך פבואר 28, 2007 10:23 am

איך_הער האט געשריבן:ס'איז שוין נאך דינסטאג, איך קען שוין נישט ענטפערן דא.

ס'איז שוין דינסטאג אדער ס'איז נאך דינסטאג?

מיטוואך פבואר 28, 2007 11:14 am

גוט גוט. אזא וויץ פאסט טאקע פאר מיטוואך..

מיטוואך פבואר 28, 2007 11:58 pm

קרעמער האט געשריבן:גוט גוט. אזא וויץ פאסט טאקע פאר מיטוואך..


נו, זאל ער עפענען א מיטוואך אשכול, וואס איז די עזות אריין צו שרייבן מיטוואך צופרי, אינעם דינטאג'דיגן אשכול?

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:41 am

קוקטס נאר וואו ער האט זיך באווארנט צו שרייבן די תגובה צוויי מינוט פאר דאנערשטאג...

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 5:23 am

מאשקע;

דאס באלאנגט שוין אין דאנערשטאג אשכול...

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 9:44 am

קרעמער: האסט עס פאר'הרג'עט. האסט עס געדארפט שרייבן היינט נאכט נאך חצות...

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 11:59 am

איך זעה אז ווען מ'רעדט שטרענג צו ענק, העלפט עס נישט, איך וועל פראבירן מיט גוטנס, און אויב ס'וועט נישט ארבעטן וועל איך צוריק גיין מיט בייזנס, איך בעט ענק, די אשכול איז נאר פאר דינסטאג, מ'האלט מיר שוין היינט דאנערשטיג, און נאך אלץ איז עס אויבן אן, ס'טויג נישט אזוי, מ'קען זיך אינגאנצן פארמישן, פלייייייייייייז, הערטס אויף צו שרייבן דא, ביזן נעקסטן דינסטאג.

(לאמיר זען צו זיי קענען זיך איינהאלטן.)

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:01 pm

איך האלט מיך גראדע איין,
נאר פאר איך פאנג מיך אן איינציהאלטן האב איך נאר געוואלט אויפמערקזאם מאכן דעם סעקרעטאר, אז ס'איז נישטא קיין דארנעשטאג אשכול, ממילה איז דער עולם היימלאז.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:01 pm

האלאו, קריינא דאיגרתא איהו מרחשין בשפתי'. זיי מוחל און עפן א דאנערשטאג אשכול, משכני אחריך נרוצה, וועסטו זעהן ווי יעדער וועט קומען צו לויפן.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:02 pm

ס'דא פאר היינט, דער תענית אסתר אשכול.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:37 pm

מיר איז זייער באקוועם אינעם נכפל כי טוב אשכול דאנערשטיג אויכעט, איך הער אז דו האסט א פראבלעם דערמיט.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:43 pm

יאנאש, ס'איז קלאר אז ס'איז א פראבלעם, כ'מיין, יעדער וועט אריינגיין יעדען טאג אין א צווייטען אשכול, מיטוואך אין די זינטאג, מאנטאג און די דינסטאג, פארשטייסט ? אבער די פראבלעם גייט נאך סאך ווייטער, ווייל איין שיינעם טאג וועלן נאך די אשכולות אליין ארום גיין איינער אונעם צווייטען, ד.ה. די מיטוואך אשכול ווועט אריינשפאצירן אונעם תענית אסתר אשכול, און די וועסט נישט קענען האלטען קיין ארדענונג,

ארדענונג דארף זיין !!!

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 1:00 pm

צייטליך שכוח, נו, אבער פאלגטס שוין.

דאנערשטאג מרץ 01, 2007 5:18 pm

כ'מיין וואאס? איך וואלט באמת נישט געברויכט דא אריין קומען פין זיך אליין , נאר עס איז געווען אראנדז, האט עס אנגעצינדען א רויטן לעמפל, בינעך אריין געקומען קוקען וואס כ'קען אויסהעלפן דא,
אבער סתם אזוי

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:15 am

אבי, סיז נישט דא וואס צו טוהן דא.

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:17 am

ביזט ביטער גערעכט, נאר ווא דען ווי ערווענט אויבן ווען ער איז אן אנדער קאליר ווי געווענדליך דארף מען אים אויסטשעקן, אין פארשטייט זיך טון וואס מ'האט צו טאן,

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:21 am

און טאקען צוליב דעם ביניך דא איצטערט. זיי מיר און האמיר.

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:22 am

ביסט אבער מודה מיט מיין עקספיריענס איא?

פרייטאג מרץ 02, 2007 11:23 am

מודה? ווואסעשאלע, ניבאדעי ביניך מודה.

אגב, פון וואס רעדסטו?
שרייב א תגובה

Advertisement