Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חנפ'נן אשכול

דינסטאג יוני 14, 2011 1:47 am

אזוי ווי עס קוקט אויס אז די נתן דוב צייטן זענען שוין פאריבער קען מען דאך שוין חנפ'נן, האב איך געקלערט צו עפענען א עשקול ספעציעל פאר די צוועק...
לעצט פאראכטן דורך ארט און מוזיק אום דינסטאג יוני 14, 2011 1:59 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 am

ארט, איך כעל זיין די ערשטע (אוי איך האב גענוצט די ראנג ניק, שוין! זאל זיין אזוי)
אזוי ווי איך האב געמאכט א בענער פאר נתן דוב ע"ה, און איצט איז ער שוין נישטא, מוז איך מיר צוריק חנפ'נן צו שמערי שמערי אונזער פארבליבענע ראשעקאל... אקעי לעטס דא דיס!

שמערי שמערי ביסט דאך זיס ווי ציקער...
אויב די פארלירסט די וואלן וועט דאך אונז זיין ביטער...

ביסט דאך אזוי געראטן...
איך האף אז מיין נארישע בענער האט דיר נישט געטוען שאטן...
איך האב דיר נישט געמיינט צו פאראטן..

גענוג? איך האף אזוי.,

דינסטאג יוני 14, 2011 2:03 am

ארט אין מוזיק
וואספארע סארט אינטערעסאנטע ניק
הער אויף מיט דיינע שטיק
זיי נישט אזא גרויסער ביק
אויב דו ווילסט נישט מ'זאל דיר געבן א רוק
אז אלע תגובות זאלן גיין לריק
געב נאר א קוק
ווי שיין די קרעטשמע אן חנופה'דיגן בליק
איז געקומען צו די כוחות צוריק
און אצינד איידער איך דריק
דעם קנעפל וואס וועט עס געבן א שיק
וואונטש איך דיר פיל גליק
און יעצט געב איך שוין א קליק...


שיק עס

דינסטאג יוני 14, 2011 2:06 am

אךךךךךךך!!!!

ס'איז נישט געלונגען :-( , ווי אזוי זאגט נאר שמער בערי? נעווער פעל טא טריי...

דינסטאג יוני 14, 2011 1:14 pm

ארט און מוזיק דו ביזט ריזיג!!

איך שפרינג אויף יעדע מאל איך זעה א קאמענט פון דיר.

(אויב עס איז נישט גוט זאג מיר, איך בין נישט צו גוט אין חנפ'נען, דו ביזט דאך א טויגליכער, דו פארשטייסט אן עסק, איז זאג מיר צו עס איז גוט)

דינסטאג יוני 14, 2011 3:48 pm

איזעי האט געשריבן:ארט און מוזיק דו ביזט ריזיג!!

איך שפרינג אויף יעדע מאל איך זעה א קאמענט פון דיר.

(אויב עס איז נישט גוט זאג מיר, איך בין נישט צו גוט אין חנפ'נען, דו ביזט דאך א טויגליכער, דו פארשטייסט אן עסק, איז זאג מיר צו עס איז גוט)

נישט סתם גוט, בעסער ווי גוט!, נע גוט איז נישט דאס ווארט... די ביסט דאך אזוי באחיינט...,

גלייבסט מיר נישט? קוק אויף דיין ניק ניק אשכול (דאס מיין איך אמת'דיג).

מיטוואך יוני 15, 2011 12:22 pm

ארט דו ביסט רוזיג גוט, ווי נעמסטו אזוינע איידיעס אלעמאל? ממש צום באוואונדערען, איך ווער צושיגע פון דיר, ביסט מעכטיג.
(סארי איך לערן מיך נאך חנפ'נן)

דאנערשטאג יוני 16, 2011 2:04 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:ארט דו ביסט רוזיג גוט, ווי נעמסטו אזוינע איידיעס אלעמאל? ממש צום באוואונדערען, איך ווער צושיגע פון דיר, ביסט מעכטיג.
(סארי איך לערן מיך נאך חנפ'נן)

גבאי טייערע, די ביסט שוין גארנישט קיין "שטיקל" גבאי די ביסט "די" גבאי!

איין חנופה בעסער ווי די צווייטע, און דאס איז נאך אין מיטן זיך לערנן חנופה...

דאנערשטאג יוני 16, 2011 9:27 am

זיך אליינס חנפנען קעמען אויך?

פרייטאג יוני 17, 2011 1:04 pm

נתן דוב זאל זיין פונאנדערגעשיידט פלעגט זיך פירן זיך אליינס צו חנפ'נען ביי אנדערע האב איך עס נישט געזען.

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:08 pm

צו וועמען איז כדאי היינט צו טאג זיך צו חנפ'ענען?

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:27 pm

וואס הייסט ?, פון וועם די ווילסט נאשן תורה, חכמה, דאכציך איז אפשר א מצוה צו חנפ'נען...

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:30 pm

שטייט אזוי און פלע יועץ אדער און אורחות צדיקים אדער און קב הישר ודאי א מצוה נישט אפשר ערך חנופה

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:31 pm

משה'עלע האט געשריבן:שטייט אזוי און פלע יועץ אדער און אורחות צדיקים אדער און קב הישר ודאי א מצוה נישט אפשר ערך חנופה


בבחינת קנאת סופרים תרבה חכמה

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:33 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
משה'עלע האט געשריבן:שטייט אזוי און פלע יועץ אדער און אורחות צדיקים אדער און קב הישר ודאי א מצוה נישט אפשר ערך חנופה


בבחינת קנאת סופרים תרבה חכמה

כהאב נשיט פארשטאנען וואס האט איינס מיטען דריטען

דינסטאג פבואר 07, 2012 1:54 pm

איזעי האט געשריבן:נתן דוב זאל זיין פונאנדערגעשיידט פלעגט זיך פירן זיך אליינס צו חנפ'נען ביי אנדערע האב איך עס נישט געזען.

;l;p-

חנפ'נן?

זונטאג מרץ 09, 2014 5:08 am

באמור אליו החונף בפני בני אדם, זך אתה בלי פשע, חילל וביזה דת ודין. (שערי תשובה להר"י אות קפ"ז)
שרייב א תגובה

Advertisement