Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 27, 2007 11:57 am

אהה מאשקע, קוידען זעה איך אז דו קענסט יא שטעלן קאמענס אין פלאץ.. אמחיה.

דערויף, פארוואס צוויי וואכן ארום? דו קלערסט דען אז נעקסטע וואך מעג מען נישט?

Advertisement

דינסטאג פבואר 27, 2007 12:00 pm

איז דיין שאלה געוואנדן צו מיר? ווייל איך האב גארנישט גערעדט וועגן צוויי וואכן ארום.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:09 pm

ס'איז שוין טאקע פינף אזיייגער, אבער מ'קען נאך אריינכאפן צו רעדן דא אפאר דיבורים,
געדענקט רבותי: "היינט איז זינטאג, מארגן איז אויס", מ'זאל נישט זיין קיין צועק לשעבר, שרייבט אלע אריין דא אייערע בויך דריקענישן,און וואס נישט, אלעס!, כ'מיין, סידאך ביטער שטיל דא, קיינער רעד נישט, קיינער זאגט נישט, קיינער איז נישט מגיב, כ'ווייס נישט וואס דער מאשקע וויל, אפילו ווי שוטים נישט, וואס רעדט ער אזאנע שטותים, עניוועי, כאבעס ארויפגעברענגט אז דער עולם זאל אנפאנגען געהעריג כימי קדם,

שכויעך אין עדווענס.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:13 pm

כאב הנאה, אז איך האב געזאגט אין צוויי וואכן ארום, איז צוויי וואכן ארום.

זונטאג מרץ 11, 2007 4:15 pm

וואס מיינסטו ? א דער סעקרעטאר הייסט, פאלגט מען, נישט אזוי ?

זונטאג מרץ 11, 2007 4:44 pm

סאכדעס האט געשריבן:
דערויף, פארוואס צוויי וואכן ארום? דו קלערסט דען אז נעקסטע וואך מעג מען נישט?


זעסט דאך אז ס'האבן געוואלט זיין אויבער חכמים.

זונטאג מרץ 11, 2007 7:34 pm

ניש קיין קונץ , עס איז געווען פורים,

זונטאג מרץ 11, 2007 10:25 pm

abimlaibt האט געשריבן:ניש קיין קונץ , עס איז געווען פורים,


איך האף אז דו מייסט עס נישט אמת'דיג.

מאנטאג מרץ 12, 2007 2:39 pm

וויאזוי האט יענער געזאגט, כ'בין נישט געקומען קיין קונצן באווייזן.

מאנטאג מרץ 12, 2007 2:42 pm

און א צווייטער האט געזאגט:
איך קען אייך נישט זעהן! גייט מיט א רעפלעקטאר!

מאנטאג מרץ 12, 2007 2:50 pm

און איך זאג אז יענער איז א ליגנער.

מאנטאג מרץ 12, 2007 5:34 pm

און איך זאג, אז ס'איז א שעים, ס'איז די זונטאג'דיגע אשכול, און מ'האלט שוין טיעף אין מאנטאג אריין, און מ'שרייבט נאך אלץ דא.

א וואונדער דער מאנטאג אשכול, איז אזוי טויט?

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:15 am

יאכער, וואס עפעס א שעים?? העכסענס קענסטו זאגן אז סיז נישט לפי רוחך.

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:31 am

איך האב דעם דיסארדער וואס איינער האט גערעדט דא דערפון, אז ווען איינער טוהט עפעס נישט לפי רוחך, איז עס א שעים.

אבער אין אמת'ן גערעדט, פארשטייסטו דאך אליינס, אז ווען מ'שרייבט מאנטאג אדער אן אנדערן טאג אינעם זונטאג'דיגן אשכול, איז עס א שעים.

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:33 am

דו האלטסט טאקע אז וואס דו האסט אקאורשט געטוהן איז א שעים?

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:39 am

סאכדעס האט געשריבן:דו האלטסט טאקע אז וואס דו האסט אקאורשט געטוהן איז א שעים?


נו, איך בין דאך פונקט ווי די וואס גייען ארום אין מיטן שמונה עשרה, און שרייען אז מ'טאר נישט רעדן.

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:42 am

נישט ממש אזוי, די יעניגע שרייען, דו רעדסט דאך פארהעלטנמעסיג רואיג.

דינסטאג מרץ 13, 2007 10:44 am

עה רבותי, ס'איז נישט זונטאג היינט!

זונטאג מרץ 18, 2007 8:26 am

g:u1

כלומר, עס איז זונטאג. עסן קען מען ניט, נאר גרינע טיי טרינקען דעם אווערנייט טשולענט צו פארטרייבן.

זונטאג מרץ 18, 2007 4:31 pm

דער זונטאג איז שוין כמעט אדוירך, און קוים איין תגובה דא, וואס גייט דא פאר?

אה, איך כאפ מיך, דא הייבט מען הערשט אן מארגן צו שרייבן.

זונטאג מרץ 18, 2007 4:42 pm

יו בעט.
קענסט שוין צוגרייטן דעם דינסטאג אשכול.

מאנטאג מרץ 19, 2007 11:37 am

מאשקע, פארוואס האסטו נאך נעכטן דא געשריבן?

מאנטאג מרץ 19, 2007 12:02 pm

איך זאל דיר ענטפערן היינט, אדער ס'האט צייט דאנערשטאג?

מאנטאג מרץ 19, 2007 1:04 pm

כעל דיר זאגן ס'אמת, הער מיר גוט צו אבער, איז אזוי, אנע קאמענס, קענסט ענפערן היינט.

מאנטאג מרץ 19, 2007 2:09 pm

יא יא, דער אשכול נאמען שטימט, והא ראי' מ'שרייבט דא היינט.
שרייב א תגובה

Advertisement