די זונטאג אשכול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די זונטאג אשכול
די זונטאג'דיגע טאג איז געגאנגען צום בית דין של מעלה מיט א שטארקע טענה: היתכן, ערב שבת קודש פארמאגט א באזונדערע אשכול צום גריסן א גוט שבת, אפילו די פאר ליל ששי שעות האבן זיך לעצטענס פארשאפט א באזונדערן אשכול מיט א גאנצע קאנפערענץ רוף סיסטעם, און איך - דער ערשטער טאג פון די וואך, די טאג פון וועלט באשאפונג, בין געבליבן איינזאם אליין...
בית דין האט געענטפערט: ערב שבת, א פרייליכע און מונטערע טאג, ליל ששי, א נאכט צום געדענקן, קומט זיך זיי אן אשכול, אבער דו! ביסט דאך סתם א 'זונטאג'... דער עולם איז פארכמורעט, פאר'זונטאג'ט, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט: דיר קומט קיין אשכול!
האבן די איבריגע טעג פון די וואך געפרעגט: אבער פון וואנעט וועלן די מענטשן אין קרעטשמע וויסן אז "זונטאג" ברויך טאקע נישט קיין אשכול בפני עצמו?
האב איך זיך אנגערופן: עלי ועל צוארי, איך וועל דאס שוין מעלדן אזוי בין גברא לגברא, בין תנור לכירים, בשעה שאינו לא זונטאג ולא מאנטאג.
האט מיר אלע א העפטיגן זונטאג!

בס"ד
קרעמער פין ווי ווייסטו וואס טוט זיך אויבען הא זאג דעם אמת די ביזט שוין דארט ? אדער די ביזט נאך דא
הא ווי ביסטו ? וואס זיכסטו דארט אויבען . עניוועי אויב ביסטו דא ,פין ווי ווייסטו וואס טוט זיך דארט, אין אויב די ביסט דארט,
וואס זיכסטו דא אין די קרעטשמע ,דאס איז נאר געמאכט פאר'ן עולם העשי-ה ,
אבער באמת איז א גיטע זאך צי האבען דא איינעם פין דארט אזוי האבען מיר א קרעספאדאנט פין דארטען וואס זאל קענען פארטרעטען אינדזערע אינטערעסען

בסייעתא דשמיא מיט הילף פון הימל
מאכט דער ירא שמים דא א טומל
עס דאכט זיך אים עפעס אויס
אז א בת קול איז פון הימל ארויס
וואלט ער דא לענגער געזעצן
און אדורכגעליינט די געזעצן
וואלט ער זיך אביסל מער באקאנט
מיט די מנהגים פון דעם אונטערלאנד
דא קען מען שרייבן דמיונות
הוילע פאנטאזיעס און לגיונות
קיינער פרעגט נישט אפ דעם פשט'ל
מען ליינט מען טרונקט און פאררייכערט א ציגארעטל
וועסטו מיינען אז איך בין פון די יעניגע
די רויכערער די ווידערשפעניגע
וויל איך דיר זאגן וואס האט פאסירט
די ונהפוך הוא לופט האב איך דערשפירט

- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12672
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
אבי מ'לעבט:
א משל דארפסטו? דא האסטו א משל.
עס איזט געווען איינמאל א קעניג, וואס זיין גרויסקייט איז געווען אומבאשרייבליך. ער האט געוועלטיגט אויף 500 מדינות, און ער האט גרויס כבוד בעקומען פון אלע זיינע אינטערטאנען.
דער קעניג האט געהאט א זון, דער קרוין-פרינץ, וועלכער איז געווען אנגעברייט איבערצונעמען די מלוכה פונעם טאטן.
האט זיך אבער געמאכט, אז דער זון האט זיך פארזינדיגט פאר'ן פאטער מיט א הארבע עבירה, און די שרים האבן געראטן דעם קעניג דאס ער זאל אינען זון פערטרייבן פון פאלאץ.
האט דער פאטער אבער רחמנות געהאט אויפ'ן קינד, און אים געזאגט בלשון רכה: קינד מיינס, פרינץ מיינער. הער זיך גוט איין צו די ווערטער וואס דיין טאטע טוט צו דיר שפרעכן. וויסן זאלסטו, אז ווען ס'וועט קומען די צייט און איך וועל זיך דארפן שיידן פון די וועלט, וועסטו דארפן דאס גאנצע קעניגרייך און רייכטום איבערנעמען. טא וויאזוי קען דאס געמאלט זיין אז א קינד מיט אזא אויפפירונג זאל דער קעניג אויף אזויפיל לענדער ווערן? דערפאר איז דיין פליכט אצינד, זיך פארצונעמען פון די טיפענישן פון דיין הארץ, אז דו וועסט פארבעסערן דיינע וועגן און מער נישט אפנויגן פונעם וועג וואס אונזער קעניגליכע פאמיליע האט אויסגעטרעטן פאר דיר.
ע"כ המשל. גענומען מיט רשות פון "דיזע ערצעהלונג".
והנמשל מובן מאליו וכו'.

An article a day keeps the babies away