שוידערליכע פארברעכן, הימלשרייעדיגע עוולה איז געשען ביי אונז אין קרעטשמע נעכטן - ליל ששי - בערך בשעה 1:00 אינמיטן די נאכט
פארברעכערס האבן זיך אריינגעכאפט צו ארענדער'ן, אין אנגע'חזר'ט זיין קאמפיוטער אויף א משונה'דיגן ווילדן אויפן, וואס תסמר שערות אנוש.
געט א קוק דא
ווי מ'זעהט, אז אנהייב איז עס געווען מיט קלייניגקייטן, אבער וואס א מינוט שפעטער ווערט דארט דער מצב איום ונורא, פארבן פון אלע קאלירן, רויטע און שווארצע, אויף אלע שפראכן. אקיצור, ס'איז שוידערליך.
ווי מ'דערוואוסט זיך, איז די גאנצע איינברעכן זיך צו אים, געווען געצילט, צוצוגנב'ענען די אלע היטן וואס
אונזערע מעמבער'ס האבן אים איבערגעלאזטמיט געציילטע טעג צוריק.
ווי ס'זאל נאר נישט זיין, ווילן מיר זיי נאר ווארענען, אז די אלע וועלן גאר בקרוב הערן פון אונז. מיר וועלן נישט זיצן און שווייגן, און צולאזן אזא הפקרות ביי אונז אין קרעטשמע.
לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי