גריסן און שמועסן
דינסטאג פבואר 13, 2007 5:24 pm
באטראכטענדיג אביסל דעם פורום, וואס ווער איר אליין ווייסט, ס'איז קוים דא צייט דערפאר, מ'קוקט איין אשכול, און ביים ריפרעשען איז שוין דא פרישע געלע הייסע סחורה, אבער אזוי ווי דער מצב איז יעצט האב איך גענומען אפאר מינוט אדאנק די ר"ת פון וואע"מ און זז"ג וואס מאכט די טעכנילאגיע לויפן מיט א שנעלען שוואנג אן צו ווערן איבערגריסן אדער געשטערט אינמיטן.
זעה איך אזוי: ס'איז דא פיר פורום'ס, יעדע פורום האט אין זיך נאך פיר פורום'ס און אינווייניג איז שוין דא אסאך אסאך קליינע פורום'ס. איך האב עס קיינמאל נישט געהאט געציילט, איז דאס מיר געווען אינטערעסאנט.
ווילט זיך וויסן, וויאזוי וואלט איר געשפירט, ווען איר געט א בליק אויפן ערשטן בלעטל און איר זעהט אז אלעס אלעס איז "ווייס"! כשמו כן הוא, אלעס איז אפגעליינט, אוועקגעפאקט, איר האט מיטגעהאלטן א רייע פאר אשכולות ווי יעדער האט אריינגעווארפן צווישן איין און דריי ווערטער, שטעך, גריס, און וואס נישט, און איר זענט דא צוריק, וואס טוט מען יעצט?
איך וואלט אין אזא קרעטשמע וואס איז ווייס פון אויבן ביז אינטן איבערגעלייגט און אריינגעהאט פון אינטן ער זאל האבן צום געדענקן. וואס איז דאס?
Advertisement
דינסטאג פבואר 13, 2007 5:30 pm
שכוח פארן ערלעדיגן אז דערווייל זאל נישט אלעס זיין ביי מיר ווייס.
דינסטאג פבואר 13, 2007 6:14 pm
ווען איך האב באשלאסן מיך אריינצוקוועטשען אין דעם אשכול בינעך זיכער געוועזן בייזיך אז דא גיי איך טרעפן א אשכול וואס רעדט כאטש איין ווארט פין אלטע שמאטעס, אדער גאר נייע, אבער אך וואס ווי ווען, להד"ם, לא דובים ולא.... ,
דינסטאג פבואר 13, 2007 8:22 pm
יא אבי איז גערעכט, קוקן קוקט עס אויס אנדערש, אבער למעשה ביסטו גערעכט.
מיטוואך פבואר 14, 2007 9:31 am
abimlaibt האט געשריבן:ווען איך האב באשלאסן מיך אריינצוקוועטשען אין דעם אשכול בינעך זיכער געוועזן בייזיך אז דא גיי איך טרעפן א אשכול וואס רעדט כאטש איין ווארט פין אלטע שמאטעס, אדער גאר נייע, אבער אך וואס ווי ווען, להד"ם, לא דובים ולא.... ,
איך קען דיר נישט העלפן, סארי,
מיטוואך פבואר 14, 2007 1:18 pm
I FEEL SO BAD !!! באט איך נעם עס נישט אן.
מיטוואך פבואר 14, 2007 2:54 pm
אבימלעבט, איך האב מורא איך גיי דיר זאגן גראד אין אפן: אזוי האב איך געוואלט און פארטיג....
מיטוואך פבואר 14, 2007 4:48 pm
דאס ווייסקייט איז ארויס דערוויל צו די גאס.
זונטאג פבואר 25, 2007 6:02 pm
ס'ערשטע מאל היינט אינעם קרעטשמע, איך האב ריפרעשט צוויי מאל, און אלעס איז געבליבן ווייס, געוואלד און געשריגן און גערופן, און געפיפן.
(איך האב דאס פריער געשריבן, און אויסגעמעקט פאר א סיבה, וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט און איך לייג עס צוריק נאר פאר די רעקארד, נישט אז ס'האט יעצט נאכאמאל פאסירט.)
זונטאג פבואר 25, 2007 6:05 pm
דאס פאררינגלטע פונעם פריערדיגן תגובה פעלט שוין נישט אויס, ווייל ס'האט שוין נאכאמאל פאסירט, זעט אויס אז די זון הייבט אן אונטער צו גיין.
זונטאג פבואר 25, 2007 9:46 pm
אין די טעכטער נעמען איבער.
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:40 pm
אלעס איז ווייס, ביי.
דינסטאג פבואר 27, 2007 12:43 pm
יעצט איז עס שוין אראנדזש. העלאו.
דינסטאג פבואר 27, 2007 2:41 pm
אבי גערעדט, ( נישט זיך אויפטוישן מיט אבי מ'לעבט.) ס'איז געהעריג ווייס.
דינסטאג פבואר 27, 2007 4:57 pm
יאכער, נישט אבי האט דיר געזאגט אז סישוין אראנדזש. מאשקע האט עס געשריבן, איז פארוואס ווענדסטו זיך צו אבי?
דינסטאג פבואר 27, 2007 4:57 pm
סאכדעס: טיפיקל איכער...
דינסטאג פבואר 27, 2007 5:03 pm
מאשקע, אודה ולא אבוש. גערעכט.
דינסטאג פבואר 27, 2007 5:50 pm
ראבויסיי, דאס ווייסקייט איז אזוי ווייס אז מ'קען ווייסעך ווי שטארק ווייס ווערן.
דינסטאג פבואר 27, 2007 6:27 pm
וואוו, כ'בין שוין אינגאנצען ווייס, ס'קען נישט זיין ווייסער ווי דעם.
דינסטאג פבואר 27, 2007 9:00 pm
צייטליך. לויט ווי דו שאקלסט דיך אפ אויפ'ן בילד, בין איך זיכער אז ס'וועט אראפגיין.
וויאזוי שטייט נאר אין פסוק? אם יהי' אוואטארך כפוירפל, כשלג ילבין.
מיטוואך פבואר 28, 2007 12:24 am
מאשקע האט געשריבן:סאכדעס: טיפיקל איכער...
איך מיין אז איך האב געשליקערטץ פונקט און יענע צייט, ס'איז מיר נישט פייגעבאלן צו קוקן אויפן זייגער דאן, אז איז זאל עס קענען אויסרעכענען צו ס'איז געווען אין די זעלבע צייט.
און יא, אלעס איז ביי מיר פעסט ווייס.
פרייטאג מרץ 02, 2007 11:50 am
מ'קען אים שוין אנפאנגען ארויפציציען ?
דינסטאג מרץ 06, 2007 12:21 pm
שוין גארנישט קיין לאצע.
דאנערשטאג מרץ 08, 2007 9:51 am
אקעי, קיינער זאל מער נישט שרייבן קיין איין תגובה אין קרעטשמע, ווייל
דיזער האט נישט קיין צייט צו ליינען.
שכוח לצפרדע.
זונטאג מרץ 11, 2007 4:51 pm
און יעצט האלטן מיר ביי דעם, אז די קעפל דא, איז טאטעלי גערעכט.