שלום, וברוך שובך!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 6:00 pm
רבותי נעכטן האביך שוין געהאט געשריבן עטליכע פאראגראפן איבער דעם ברוך'ן אבער למאנסע האביך געמוזט ריסטארן דעם קאמפיטוטער און אינצווישן האביך שוין פארגעסן דערפון, אלזא לאמיר אייך פארציילן.
קודם כל קענט איר דעם ברוך שובך'ן??? אויב קענט איר שטרעם נענא, קענט איר האבן א מושג ווער ברוך שובך איז.
אבער אפילו אויב קענט איר שטרעם'ן קען זיין אז איר קענט נישט שובך'ן, קודם כל איז שובך נישט קיין קרעטשמעריסט, בכלל נישט, ער איז נאך נישט דא געווען ביז איצטערט ווען איך ברענג איהם אהער, שנית, אפילו ער וואלט יא אמאל אריינגעשטאטעט אין די קרעטשמע, מוז נישט זיין אז איר קאנט איהם.
אנדערש ווי שטרעם'ן האט שובך אן ערשטע נאמען א אידישע, אזוי ווי סיז דא ברוך מרדכי היהודי, איר ווייסט פון וועמען איך רעדט? א_נישט ווארט צו אביסל אויף שלש סעודות, אה דארט וועט מען אין צוויי וואכן ארום איהם שוין באזינגען גלייך נאך באקלאפן המנען. אלזא ווי גערעדט פריער, האט שובך א אידישע ערשטע נאמען, די לעצטע נאמען איז נישט שבח, נע ער האט גארנישט מיט די פלייש פרשה, כ'מיין איר קענט נאך אביסל עברי?! שבח מיט שובך איז אנדערש געספעלט. אוקיי לאמיר זיך נעמען צו שובך, בוכשטרעבליך (פרעגט נישט וואס דאס מיינט) שרייבט זיך עס אזוי: שין ימנית, גרויסע חולם (אזוי זאגט עס מיין אינגעל), בית (אנע פינטל), כף יונית (אדער ענדע כף). אלזא וואונדערט איר זיך זיכער ווער איז דאס דער פארשון???
כ'וועל מאכן א שארט סטארי שארט, איז אזוי, ווי עס איז באקאנט אין עולם הקרעטשמע וסביבותיה, איז אמאל געווען א לאנד, א הערליכע א שיינע, דארט צו וואוינען איז געווען א פארגעניגן, בלא בלא עס האט געהייסן 'היידפארק' דער היידפארק, די לאנד מיט אלע מיניסטארן און פריצים וכו' וכו' האט געבויט א לענדל מסורת היידפארק, אהה דאס איז שוין באלד די גאנצע מאנסע.
פארשטייט זיך אז אלעס וואס מ'האט אויפגעטוהן אין גרויסן לאנד, האט מען אויך פרובירט צו מאכן אין קליין לענדל אויך. אלזא עס פלעגט נעמן עטליכע וואכן אדער גאר חדשים, אבער לבסוף איז עס דורך, און דאס קליין לענדל האט אויך זוכה געווען.
מאכט זיך אמאל, אז היידפארק האט געגעבן אן אופציע אז מ'מוז נישט האבן דאס נאמען אלעמאל פאר די אויגן, מ'קען אריינרוקן אזא קליין טשעקל אין א באקסל, מער וועט נישט שטיין שלום סאכדעס, אין לך הודעות חדשות בלא בלא בלא.
אוקיי געטראכט און געטוהן התאחדות האט געשיקט דעם טשעק, און פון יעמאלט און ווייטער שטייט נאר שלום אין לך הודעות בלא בלא בלא, אנע נאמען. סאכדעס גראדע האט נישט געשיקט דעם טשעק.
עניוועי, היידפארק גייט דורך פרישע רענאוואציעס, און עס קומט שוין ענדליך אן אין קליין לענדל אויך, אבער דא איז דער בראך מיטגעקומען, אנשטאט שלום בלא בלא בלא, זאגט ער שלום פאר ברוך שובך'ן, כ'מיין וואס גייט דא פאר? כדארף נישט קיין טובות, כ'שיק א טשעק, און דו באגרוסט דעם ברוך שובך'ן??? ווער האט דיר בארעכטיגט אויף אזא שריט??? און דערויף פארציילט ער נאך אלעמען, זכר בן 25 כ'ווייס נישט וואס נאך, עפעס מחובר מיט א גרין לעמפל, רחמנא לישזבן. כ'מיין מ'דארף נעמן דעם ברוך שובך'ן און איהם שיקן צו שטרעמ'ן ער זאל איהם צוריק פארגויאישן.
אדער האט איר אנאנדער פלאן???
נאט אייך א בילד פון דעם ברוך'ן