בלאט 1 פון 1

וואסערע פילינג אין די הא-מאָן טאשן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 2:36 pm
דורך דוד פיישוט
איך געדענק עס נישט אבער די עלטערע אידענעס זאגן אז די ארגינעלע "המן טאשן" פלעגן האבן "מאָן" (נישט די נאמען) אינעווייניג, און טאקע וועגן דעם הייסט עס האָמאָן טאש.

למעשה היינט צו טאג זעהט מען שוין כמעט נישט אין די סטארס טאשן מיט מן, נאר אלעס איז אנגעפילט מיט דזשעם (לעקוואר בל"א) אין פארשידענע קאלירן.

וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וויפל אידן גלייכן נאך די אלטע רעסעפי מיט מאנן דערינען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 2:44 pm
דורך פונקטליך
עני אנקעטע אוועליבל??!

כ'האב דוקא ליעב לעקוואר (נישט דשעם) און די רויטע אבער מיט די סטראבערי פלעיווער.. אבער וואס עפעס "שרייב אריין"? כ'האב נישט קיין נערוון!! ממילא וואוטאך ניש!!!

א מין געאָדעראכטס דא!!....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 2:46 pm
דורך לובלין
גייטס יעצט ארויס שטומען!!! רויטע מאן- 4 מאר יערס!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 4:59 pm
דורך איזעי
ביי אונז נוצט מען לעקוואר, און פרעג מיר נישט וויאזוי מען מאכט עס ווייל איך געדענק נישט.

עס איז שווארץ (אפשר קען עס אויך זיין אנדערע קאלירן).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 5:15 pm
דורך משיח
היינט קען מען שוין קויפן המן טאשען מיט טשאקלעד פילינג.
איך גלייך דאס זייער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 7:25 pm
דורך ביקסאד
דוד פיישוט האט געשריבן:נאר אלעס איז אנגעפילט מיט דזשעם (לעקוואר בל"א) אין פארשידענע קאלירן.

אוואו אזוי זאל איינער וועלכער איז נישט קיין אונגארישער פאר-שטיין די ווארט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 7:26 pm
דורך ביקסאד
איזעי האט געשריבן:עס איז שווארץ (אפשר קען עס אויך זיין אנדערע קאלירן).

מן הסתם געמאכט פון פלוימען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 14, 2011 10:02 pm
דורך מומחה יוחס
איך פיר ווי דער מנהג ישראל איז געוועהן אלע מאל אז מען לייגט מאן דער עיקר טעם פין דער מנהג ווייל עס איז פין דער זרעונים וואס אסתר האט געגעסן ביים דער סעודה ואכמ"ל בזה

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 10:04 am
דורך והוא פלאי
אולם כדאי להעיר, שבכמה מקומות לא אכלו "מאן" משום תולעים, ולכן כיון שהוא רק משום זכר, אכלו עם לעקוואר, ועשו זכר לזכר
אויב רעט מען פון די מנהג ישראל פון אלע מאל, כפי שקבלתי מנשים זקנות, יש הרבה שינויים מצורת ההמן טאש כהיום להצורה פארצייטענס
א) עס איז געווען א געיורענע טייג, נישט קיין קאקי טייג
ב) עס איז געווען דריי עקיג, אבער ווי א בייטעל, דאס הייסט עס איז פארמאכט געווארן כעין מה שחותמים פליישיגע קרעפל
ג) ועוד שינוי, אבער מען געדענקט פון 3 נאר 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 8:20 pm
דורך דוד פיישוט
מומחה יוחס האט געשריבן:איך פיר ווי דער מנהג ישראל איז געוועהן אלע מאל אז מען לייגט מאן דער עיקר טעם פין דער מנהג ווייל עס איז פין דער זרעונים וואס אסתר האט געגעסן ביים דער סעודה ואכמ"ל בזה

איך האב אייביג געוואוסט אז זרעונים זענען באנדלעך (טשיק-פיעס בלע"ז)