Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס האט איר איינגעקויפט לכ' שבת קודש?

שבת פבואר 03, 2007 4:19 pm

מבוא:
ס'איז שוין דא ב"ה אזויפיהל אינטרעסאנטע אשכולות, ווי למשל.
מזל טוב'ס, צאכתם לשלום, ברוכים הבאים, וואס האסטו געגעסן פאר פרישטאג?, וואס גייסטו קויפן פאר פרישטאג, משוגעת'ן, הויזן טראגער, מקווה, וכו' וכו'.
מילא וועט נישט שאטן אז ס'וועט זיין נאכאיינס (בעצם צוויי)

אפשר זאל דער עולם שרייבן יעדע וואך וואס מ'האט געקויפט לכ' שבת, און אזוי וועט איינער קענען לערנען (ליין נעמען) פונעם צווייטן מנהגים וואס צו קויפן.

-----

איך וועל אנהייבן.

דעם שבת האב איך נישט געגעסן אינדערהיים, סאו האב איך נישט געקויפט קיין סאך.
2 מילעך, 4 פרילי, 100 גרם שווארצע פאפיטעס, 100ג' אבטיח פאפיטעס, 150ג' פעסטעטשיוס, 100ג' מיקס, 200ג' מאנדלעך, 7 מאראנצען, 1 פאמעלא, טאבישבט פירות, 2 קעיק'ס, א באקס לעכט (72) א באטל שמן זית, א פעקל שוועבלעך, א ראל פלעסטיק טישטעך.

Advertisement

זונטאג פבואר 04, 2007 2:24 pm

איך עס ירושלמי קוגעל שבת צופרי גלייך נאך קידוש כמנהג ירושלים מיט sour pickle עס איז נישט דא בעסערס ווי דעם פרובירט עס אויס אין האטנא פרייליכן שבת

זונטאג פבואר 04, 2007 4:06 pm

אלי;

איר זענט אויך א ירושלים'ער??

האט איינער ארויסגעקלעבט אויף די גאסן אין מאה שערים אונזער אדרעס?...

בריך מתייך לשלם!

מאנטאג פבואר 05, 2007 6:09 am

קרעמער האט געשריבן:
האט איינער ארויסגעקלעבט אויף די גאסן אין מאה שערים אונזער אדרעס?...


איך שמייכל, דענקסט סיגעווען א אשכול איבער "איר ווילט לאכן א גוטס?"

מאנטאג פבואר 05, 2007 8:53 am

קרעמער האט געשריבן:האט איינער ארויסגעקלעבט אויף די גאסן אין מאה שערים אונזער אדרעס?...

יא, א ודאי, בסמיכות מקום צו די כרוזים קעגן ניצן זיך מיט אינטערנעץ און האלטן א קאמפיוטער אין שטוב. :grin:

מאנטאג פבואר 05, 2007 10:21 am

איך בין נישט קיין ירושלימער אבער איך בין דארט איינמאל א יאר אויף ל''ג בעומר
אין איך פארפאס נישט צו גיין צום כותל כאטשיג 3 מאל

מאנטאג פבואר 05, 2007 3:36 pm

אלי; וואסעדער ענין פון גיין צום כותל 3 מאל?

מאנטאג פבואר 05, 2007 4:17 pm

כדי זיך צו רייצן מיט'ן דיין דריי מאל נאכאנאנד...

מאנטאג פבואר 05, 2007 4:34 pm

כ'ווער דאך נישט אנגערייצט.

מאנטאג פבואר 05, 2007 4:37 pm

ס'געניצט זיך מיט רעליגיע...

דינסטאג פבואר 06, 2007 3:19 pm

abimlaibt האט געשריבן:ס'געניצט זיך מיט רעליגיע...


וואס מיינט די ווארט וואס איז שטארק שווארץ?

דינסטאג פבואר 06, 2007 4:21 pm

עס איז נישט דא נאך אזא פלאץ ווי די כותל זיך שופך שיח זיין צום רבוש''ע

דינסטאג פבואר 06, 2007 5:32 pm

כ'פארשטיי דיין פוינט, אבער וואס איז דער ענין פון כאטשיג '3' מאל?

דינסטאג פבואר 06, 2007 5:39 pm

לזכר פון די דריי ווענט וואס זענען מער נישטא... די פערטע שטייט דאך נאך...
און סטאפ צו פרעגן קשיות אזויפיל!

דינסטאג פבואר 06, 2007 5:57 pm

Jewboy האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:ס'געניצט זיך מיט רעליגיע...


וואס מיינט די ווארט וואס איז שטארק שווארץ?

עס באציט זיך אויפן חותם פין ELI "משמח אנשים",... ווי איך וואוין איז דא א איד אויך א משמח אנשים, אין ער ניצט אפט דער אויסדריק. ווען ער שפירט אז ער רעדט שוין אביסל איבער.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:47 pm

לאמיר דא אפשטויבן אביסל
שרייב א תגובה

Advertisement