Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג ספטמבר 07, 2008 10:55 am

צדיקים האבן געזאגט אז א איד וואס עסט נישט טשאלענט שבת, צריך בדיקה אחריו

(ר' שמחה איך בעט נישט יעצט דיין יחוס בריוו, אבער ווי געשמועסט און אן אנדער אשכול, וועסטי דאך ארויפקומען צימיר, [דארף מען דאך לערנען קבלה....] זיי מוחל דעמאלטס ברעג עס מיט)

Advertisement

זונטאג ספטמבר 07, 2008 2:10 pm

יעקעלע ;l;p- ;l;p-

זונטאג ספטמבר 07, 2008 9:38 pm

יעקעלע,
דא און באראפארק איז דא א מכון יוחסין.
ס'איז געווען דא א יוד נישט לאנג צירוק און ער האט זיך באקלאגט אז עס האט איהם געקאסט 100,000 דאללער אויסגעפונען זיין יחוס.
האט איהם זיין חבר געפרעגט פארוואס אזוי טייער,
האט ער געענטפערט, אז עס האט געקאסט 10,000 צי חוקר זיין זיין יחוס, און דערנאך האט איהם געקאסט 90,000 אז מעזאל עס נישט מגלה זיין פאר קיינעם.

אגב,
מיר האבען דעם זעלבען זיידען, ניין?
מהר"ם בנעט?

מאנטאג ספטמבר 08, 2008 9:34 am

יא אמת, און אפשר נאך גרויסע זיידעס בענאזאם,
דרך-אגב ווען די מכון יוחסין האט געעפענט, האט אאמו"ר שליט"א באצאלט אסאך געלט פאר אים פאר זיין יחוס בריוו, מיין טאטע האט זייער חרטה געהאט, ווייל די אלע גרויסע זיידעס מיט וואס ער איז אויפגעקומען האבען אונז סייווי געוויסט פון פאראויס, ער האט אונז נישט געברענג קיין סך נייעס, אבער מ'האט זיך מחזק געווען אז מ'האט כאטש געשטיצט א איד (אונזער יחוס איז געווען ביים פערנסטער דארט פאר יארען.. אפשר נאך אלץ)
לעצט פאראכטן דורך יעקעלע פוקס אום מאנטאג ספטמבר 08, 2008 5:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג ספטמבר 08, 2008 2:21 pm

ר' שמחה, ;l;p- פארן 100,000 וויצל.

דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 9:05 pm

ביי משפחת שטרוי לייגט מען אריין די פאטעיטא קול אין די טשאלנט איי איז דאס גוט.
אגב, קען איינער דעם מאכל הנקרא קארן פלעיקס קוגל?

דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 9:07 pm

און איך האב געמיינט אז ביי ענק עסט מען שטרוי.. :?

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 8:33 am

שטרויזאק האט געשריבן:אגב, קען איינער דעם מאכל הנקרא קארן פלעיקס קוגל?


יא מיין באבעניו מאכט עס סאיז גראדע גוט.

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 9:59 am

קינדערליך, עטץ זענטץ נאך פונעם יונגען דור
מיין באבע האט נאך נישט געוויסט פון דעם מאכל קארן פלעקס בכלל

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 10:36 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז א איד וואס עסט נישט טשאלענט שבת, צריך בדיקה אחריו



דו זאגטס אז צדיקים האבן געזאגט, וואס געווענדליך מיינט דאס איינע פון די תלמידי בעש"ט זי"ע, אבער די מאמר פון צריך בדיקה אחריו איז נאך פון די ראשונים, עס ווערט דערמאנט אינעם נמוקי יוסף אין מסכת שבת און אויכעט אונעם אבודרהם וז"ל

ושמעתי בשם הרב ר' זרחיה הלוי שאמר כל מי שאינו אוכל בשבת חמין, צריך לעשות בדיקה אם הוא מין ואם מת יתעסקו בו עממין. ויש מן האומרים על השמאל שהוא ימין. וכל המאמין להבשיל ולהטמין. הוא המאמין. ויזכה לראות בקץ הימין.


רבינו זרחיה הלוי איז דער בל המאור.

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 10:42 am

כבוד זקיני היקר שליט"א
כאב געדעקט דאס ווארט און אויך אז צריך בדיקה, אבער פינקטליך האב איך טאקע נישט געדענקט פון ווי די ווארט קימט האב איך געשריבן בלשון צדיקים,
יש"כ פארן קלאר מאכן און מעתיק זיין

נ.ב. קאן זיין אז חמין איז פון ווי די שרייבסט, און איינע פון תלמידי בעש"ט ז"ל האבן ציגעלייגט טשאלענט דוקא, אבער מינישט זיין

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 10:44 am

דער גאצער מאכל טשאלענט איז דעך בלויז צוליב די ענין, פון חמין להוציא מלבם של צדוקים.

פרייטאג ספטמבר 12, 2008 10:50 am

יא ריכטיג, כ'מיין ציזאגען אז קאן זיין די תלמידי בעש"ט האבן ציגעלייגט אז טשולענט דייקא, און מיט א שטיקעל ווארעמע קישקע איז נישט גענוג אפילו עס איז אויך חמין, אבער אז מ'האט מתקן געווען טשאלענט איז מען נישט משנה.

זונטאג ספטמבר 14, 2008 12:12 am

רש"י און וזאת הברכה אופען פסוק 'ושפני טמוני חול'
דבר אחר עמים הר יקראו על ידי פרקמטיא של זבולין תגרי אומות העולם באים אל ארצו והוא עומד על הספר והם אומרים הואיל ונצטערנו עד כאן נלך עד ירושלים ונראה מה יראתה של אומה זו ומה מעשיה, והם רואים כל ישראל עובדים לאלו-ה אחד, ואוכלים מאכל אחד...

זאגט דער בני יששכר אז וואס איז אוכלים מאכל אחד? דאס מיינט מען חמין בשבת, טשולנט


דער בעל המאור איז און פרק כירה וז"לק שם
ויש אומרים כי תקנת רבותינו היא לענג את השבת בחמין וכל מי שאינו אוכל חמין צריך בדיקה אחריו אם הוא מין ואם מת יתעסקו בו עממין


און אויב דער מאגען קען נישט פארטראגען עסען וואס קאכט אזוי לאנג?
וואס טוט מען? עסט מען נישט!
עס איז בלי ספק אז דער בעל המאור רעדט וועגען איינער וואס האלט אז מען טאר נישט אוועק לייגען חמין אויף שבת וועגען בישול, און ער רעדט בכלל נישט וועגען איינער וואס עסט נישט וועגען געזינט

זונטאג ספטמבר 14, 2008 12:42 am

איך קען נישט זאגן וואס איך האב געגעסן שבת, ווייל פון הערן אליין וועסטו שוין ברעכען, אזוי סאך האב איך צאמגעגעסען....

זונטאג ספטמבר 14, 2008 12:46 am

ווער איז געווען דער קעטערער?
נאר דאס דארפסטו מגלה זיין, און די רעשט עט מען שוין ממילא וויסען...

זונטאג ספטמבר 14, 2008 1:00 am

scy4851 האט געשריבן:דער בעל המאור איז און פרק כירה וז"לק שם
ויש אומרים כי תקנת רבותינו היא לענג את השבת בחמין וכל מי שאינו אוכל חמין צריך בדיקה אחריו אם הוא מין ואם מת יתעסקו בו עממין


און אויב דער מאגען קען נישט פארטראגען עסען וואס קאכט אזוי לאנג?
וואס טוט מען? עסט מען נישט!
עס איז בלי ספק אז דער בעל המאור רעדט וועגען איינער וואס האלט אז מען טאר נישט אוועק לייגען חמין אויף שבת וועגען בישול, און ער רעדט בכלל נישט וועגען איינער וואס עסט נישט וועגען געזינט
ר' שמחה, איר ווייסט וואס דער ספינקא רבי זי"ע דער תפארת צבי האט געטוהן אין די יאהרן וואס די דאקטוירים האבן איהם פארבאטן צו עסן טשאלענט האט ער אנשטאט דעם געגעסען מיט א לעפל [נישט געטרונקען] הייס וואסער מיט צוקער, אלעס כדי נישט אריין צו פאלן ח"ו אין די גדר פון די ווערטער פון דעם בעל המאור, אבער צו זאגן עסט מען נישט וואלט יאך זיך נישט געטרויט.

זונטאג ספטמבר 14, 2008 2:09 pm

איך בין זיכער אז ר' שמחה עסט שיריים פון די זופ, אזוי ווי אסאך ערליכע אידן טוען ווען זיי קענען נישט עסן קיין טשולענט.

זונטאג ספטמבר 14, 2008 6:47 pm

הרב ביקסאד,
נו...וואס מיינסטו איך טו?...א הייסע טיי!

זונטאג ספטמבר 14, 2008 11:09 pm

with a spoon?

מאנטאג ספטמבר 15, 2008 9:54 am

ווען עס איז נאך גאר גאר הייס, וויא אזוי וואלסטו עס געטרינקען?
מיט א שטרוי?

מיטוואך ספטמבר 17, 2008 1:04 am

דברי בעל המאור בפ' כירה (דף ט"ז סוע"ב בדהרי"ף של וילנא)

ויש אומרים כי תקנת רבותינו היא לענג את השבת בחמין וכל מי שאינו אוכל חמין צריך בדיקה אחריו אם הוא מין ואם מת יתעסקו בו עממין ולהזמין לבשל להטמין ולענג את השבת ולהשמין הוא המאמין וזוכה לקץ הימין ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין אנו קורין עליהם מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה.

ר' שמחה ווי אזוי זענט איר מקיים דעם להשמין מיט א מאגערע תה"א [השעה הזאת שעת רחמים].

מיטוואך ספטמבר 17, 2008 9:40 am

הרב ביקסאד, דער קשיא דארפסטו פרעגען מיין דאקטאר.
איך קען דיר נישט ענטפערען..

מאנטאג ספטמבר 22, 2008 12:35 am

scy4851 האט געשריבן:הרב ביקסאד, דער קשיא דארפסטו פרעגען מיין דאקטאר.
איך קען דיר נישט ענטפערען..
קאנט איר אפשר עסן [ווי אין סקווירא] קאשע און מאכן דיני רפיא.

מאנטאג נובמבר 10, 2008 7:43 pm

מיר האבען פרובירט אן המצאה וואס מיין זוהן האט מיר ג'עצה'ט.
עס איז גאנץ א לייכטער מאכל און ב"ה דער מאגען דערהייפט עס.
די לעצטע פאר וואכען שטעלט מיין בני בית צי, בתורת טשולענט, א קראקפאט מיט טשיקען זוף און א פאר קניידלעך.
שרייב א תגובה

Advertisement