גריסן און שמועסן
שבת פבואר 03, 2007 4:11 pm
מבוא:
ס'איז שוין דא ב"ה אזויפיהל אינטרעסאנטע אשכולות, ווי למשל.
מזל טוב'ס, צאכתם לשלום, ברוכים הבאים, וואס האסטו געגעסן פאר פרישטאג?, וואס גייסטו קויפן פאר פרישטאג, משוגעת'ן, הויזן טראגער, מקווה, וכו' וכו'.
מילא וועט נישט שאטן אז ס'וועט זיין נאכאיינס (בעצם צוויי)
אפשר זאל דער עולם שרייבן יעדע וואך וואס מ'האט געגעסן לכ' שבת, און אזוי וועט איינער קענען לערנען (ליין נעמען) פונעם צווייטן מנהגים אדער פארשידענע איינגעמאכאכעטס.
------
איך וועל אנהייבן.
היות דעם שבת האב איך נישט געגעסן אינדערהיים סאו האט מען געגעסן א שטייגער ווי אלע חסידישע אידן.
פרייטיג צונאכט'ס:
חלה, טחינה, געפילטע / לעבעדיג (נישט ממש לעבעדיג) פיש, חריין, זופ, פלייש, פערפעל, לאקשן / פאטעיטא קוגל, זויערע פיקל'ס. (טאבישבט פירות)
בייטאג:
חלה, געפילטע פיש, הערינג, טחינה, חומוס, חריין, אייער צוויבל <ווייסע) טשולענט, קאלד קאטס, פיצוחים. (טאבישבט פירות)
Advertisement
שבת פבואר 03, 2007 10:57 pm
מיין פאטער איז אויך א חסידישער איד אבער, טחינה? חומוס? קאלד קאטס? מה זה?
מאנטאג פבואר 05, 2007 12:44 pm
מעסטער און וואס פיצוחים איז ווייסטו יא?
ביינונז עסט מען חלה, געפילטע פיש, ביינער פיש, חלה מיט קאטשעני זאפט, ברוינפן, זופ, אינעווייניג מייערן, פעטרישקא, טשיקפיס, פלייש, פאטעטא קוגל, לאקשן קוגל, פערפל.
מאנטאג פבואר 05, 2007 12:56 pm
סאכדעס האט געשריבן:ביינונז עסט מען חלה, געפילטע פיש, ביינער פיש, חלה מיט קאטשעני זאפט, ברוינפן, זופ, אינעווייניג מייערן, פעטרישקא, טשיקפיס, פלייש, פאטעטא קוגל, לאקשן קוגל, פערפל.
און דאס איז שוין
מיט די פאסיג... שטעלט אייך פאר ווען ער גייט מיט הויזן-טראגער...
דינסטאג פבואר 06, 2007 3:20 pm
מעסטער.
בייטאג האב איך געגסן ביי א צווייטן וואס דארט עסט מען סאלאטן.
פרייטאג פבואר 09, 2007 2:17 am
איך האלט אז מען מעג עסען ביי א שבת'דיגע סעודה וואס מען וויל, וואו לאנג מען סערווירט עס נישט אין א טעלער פאר אלע קינדערליך נאר מען לייגט די סאלאטען אינמיטען טיש , און ווער עס וויל נעמט זיך וויפיל די מאמע לאזט, און נאך דערצי אויב מען דערמאנט די קינדערליך אז מען טאר נישט עסען ציפיל ווייל מען דארף נאך האבען פלאץ פאר די ריכטיגע שבת'דיגע מאכלים,
פארשטייט זיך אז די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז, ווייל אזוי פירט מען זיך טאקע ביי מיר אינדערהיים
פרייטאג פבואר 09, 2007 10:51 am
לאמיר אייך פארציילן מיינע חשוב'ע ברודער, די סיבה פארוואס די בני ארץ ישראל עסן אזויפיל סאלאטן למיניהם, איז נישט ווייל דאס איז מאכלי שבת מדור דור אזש ביז די תנאים וכדו', ניין, אמאל איז אין ארץ ישראל געווען א הונגער, אין די צייטן פון די וועלט מלחמות, קיין עסן איז נישט געווען, נישט קיין פלייש און נישט קיין פיש, אבער שטארבן גייט מען דאך נישט, האט מען גענומען טאמאטאס מיט קנאבל, און געמאכט דעם חריף וואס די אראבער גלייכן, און מ'האט דאס גענוצט פאר די פיש, און תחינה פאר די פלייש, און פון דארט איז שוין געבליבן דער מנהג.
זונטאג פבואר 11, 2007 3:08 pm
בס"ד
געדענקט איר נאך ווען עס איז נישט געווען אזא זאך ווי טאמעיטא דיפ
היינט מ'שטיינס געזאגט ווי מען דרייט זיך זעט מען עס
זונטאג פבואר 11, 2007 3:12 pm
איר געדענקט נאך די 'סיראפ' עפאכע ?
אנשטאט די אלע זשוס'ן און סאדעס האט מען אין יעדע אידישע שטוב געהאט אזא פלאש מיט סיראפ און מען האט געמאכט דערפון געטראנקן אויסגעמישט מיט וואסער אדער סעלצער.
זונטאג פבואר 11, 2007 3:20 pm
איך טוה עס נאך היינט אויך, ס'קומט אויס סאך ביליגער.
זונטאג פבואר 11, 2007 5:05 pm
דער עיקר איז אז מען עסט טשאלענט
זונטאג פבואר 11, 2007 7:54 pm
נאחט אייך שריים פונעם נעכטיגען מלוה מלכה
- עטעטשמענטס
-

- 102_1927.jpg (76.44 KiB) געזעהן געווארן 3680 מאל
זונטאג פבואר 11, 2007 7:55 pm
הממממממממממ
אויב דאס זענען שוין די שיריים... קען איך זיך שוין פארשטעלן וואס די עיקר סעודה איז געווען.
מאנטאג פבואר 12, 2007 12:47 pm
ס'קוקט מיר אויס עפעס נישט פארפארשענט. כ'מיין אויב איז דאס די שיריים, מסתמא די חלה איז לענגער געווען כאטשיג מיט צוויי דריטל. עהה דאס איז צו שמאל און לאנג, כ'מיין אז דאס איז א קאסטום מעיד בעקעלע.
דינסטאג פבואר 13, 2007 12:48 am
אוי סאכדעס: ווען די גרייטס אן צען בילקעס, און די עסט נאר תשע וחצי, קאן מען עס אויכעט ריפען שריים,
אוי יא איך הער לאמיר דיר שפארען די ארבעט, ניין די חלה וועט זיך נישט אנריפען, ווייל ער וועט נישט וויסען אז די האסט אים געריפען,
דינסטאג פבואר 13, 2007 4:06 pm
קנאי גוט געשריבן, אבער כ'פארשטיי נישט איבער וואס דו האסט זיך באמיהט דאס צו שרייבן.
דאנערשטאג פבואר 15, 2007 9:55 pm
איך טי אפווארפען דיין מיינונג, אז עס איז געווען א לאנגע שמאלע קאסעם מעיד בעקעלע.
טאמער האסטי נישט פארשטאנען פרעג מיך נישט איבער.
פרייטאג פבואר 16, 2007 12:24 pm
שערקויעך קנאי, גוט גענפערט.
שבת פבואר 17, 2007 2:21 pm
פרייטיג צונאכט'ס.
חלה, טחינה, סעלמאן פיש, חריין, פלייש. (אין געלאפן מקיים זיין א מצוה ביינאכט, נישט שלאפנדיג)
שבת צופרי.
קידוש אויף דיסראנא, חלה, פיש, חריין, אייער צוויבל, לעטער'ס טאמעיטאס, לעיבער, טשולנט, עפל-פאי, אייזקרים סטראבערי-וואנילע, פעסטעטשיוס.
(כ'האף נעקסטע וואך צו עסן אינדערהיים)
שבת פבואר 17, 2007 9:17 pm
וועלכע ברכה איז דיסראנא? איז דאס א חמר מדינה אין אייער לאנד?
און וויאזוי עסט מען בריוולעך? (אה, ער רעדט פון לעטוס, סארי)
---
איך האב דעם שבת געגעסן די שוין היינט באקאנטע טשואינג-גאם-אנגעפולטע-ליקאריש...
זונטאג פבואר 18, 2007 10:16 am
קרעמער האט געשריבן:וועלכע ברכה איז דיסראנא? איז דאס א חמר מדינה אין אייער לאנד?
דא האסטו.
אגב:
אז איינער קומט קיין ישראל אין די קומענדיגע טעג, אדער ווען אימער וואלט ווען געווען א גוטע איינפאל ווער ער ברענגט מיט אזאנס, און מ'וועט קענען מאכן א לחיים צוזאמען, און אויב ס'פעהלט אויס קען איך עס האלטן ביי מיר אלץ שומר חינם.
- עטעטשמענטס
-

- b4_1_b.jpg (23.91 KiB) געזעהן געווארן 2726 מאל
זונטאג פבואר 18, 2007 3:21 pm
גאבוי: עס איז שוין צייט אויפצישטיין, עס איז שוין חודש אדר, החודש משתה ושמחה, עס איז שוין צייט אויפציהערען טרינקען פרויענישע ברוינפען, עס איז דאך לא תלבש, 28% אלקעהאל קימט אויס 56 PROOF דאס איז דאך 40 שטאפלען נידריגער וואו אלעמען באקאנטען זעקס און נייציגער,
און בכלל האף איך אז די ווייסט אז מען קאן נישט יוצא זיין מיט פרוינישע ברוינפען נאר אויב מען טרינקט א רביעות,
מאנטאג פבואר 19, 2007 3:25 am
איך פלעג אלץ צוטרונקען שיבאס ריגעל מיט נאך פארשידענע, האט זיך געמאכט איך האב געגעסן ביי איינעם שבת (א האלאנדישער) און צווישן די ברוינפן'ס וואס ער האט מציע געווען, איז געווען די כנ"ל, ס'האט מיר זייער געפאלן און איך טרונק דערפון ווען אימער איך קען, מיט נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין לאנדאן, און אינעם דיוטי פרי האב איך מיר איינגעהאנדלט אזא באטל, שוין טאקע כמעט ליידיג.
יעדן ער"ש פיל איך אן פון דעם אין א שבת'דיגע קריסטאל פלעשל, שבת טרונק איך ווי ס'ברויך צו זיין, און די איבריגע גייט אויס במשך'ן וואך כדי אז ווען ס'קומט פרייטיג זאל איך עס קענען נאכאמאל אנפילן לכ' שבת קודש.
איך טרונק סיי וועלכע ברוינפן, חוץ וואדקע קליער.
שבת פבואר 24, 2007 2:26 pm
דעם שבת האב איך בכצ'ם געגעסן אינדערהיים.
פרייטיג צונאכט'ס.
קידוש אויף וויין&גרעיפ דזשאס, לחם משנה אויף א היימישע חלה מיט א נישט היימישע אשתונרא, טחינה, חריין, חריף, טאמעיטא דיפ, קאלאראבי, קארטאפל סלט, נסיכת הנילוס, ברוינפן, שעפעלע פלייש, פאטעיטא קוגל, פאסטעטשיוס, שווארצע פאפיטעס, מאנצ'ס, קאשיוס, דזשעלי רינג'ס, קאקאנאט טשאקלאד, א פלעשל קאלטע ביר, ליקעריטש.
שבת צופרי.
קידוש כנ"ל, לחם משנה כנ"ל, סלטים כנ"ל, געפילטע ווייט פיש, שבעת ריגל, אייער-צוויבל, פאפיטעס, טשולענט + בשר בקר, + קוגל<ליגט אין די טשולנט), נאש כנ"ל, א קאלטע פלעשל ביר, פאפקארן.
אלעס ביי מיר אויפן טיש איז היימיש חוץ די נאש, פיצוחים, און די פיתות.
ווער ס'קומט אויף ל"ג בעומר אדער סיי ווען (קיין ירושלים) איז געלאדנט צו מיר אויף שבת.
שבת פבואר 24, 2007 10:31 pm
אין די היי-וואכיגע לוח המודעות האט א גוטזאגער אריינגעשטעלט די פאלגענדע נוסח: נא להתפלל ולומר תהלים עבור האשה החשובה "שיינא בילקא" בת "גיטא חלה" שעוברת ניתוח קשה ביום השבת...
איך גלייב אז א שיינע פראצענט עולם האט נישט געכאפט דאס וויץ.. מיר אליין האט עס גענומען איבער א מינוט צו כאפן אז דאס איז נישט קיין ערנסטע בקשו רחמים פארלאנג.