גריסן און שמועסן
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 9:55 pm
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונעם עולם. האט איר שוין פארדינט פון קרעטשמע?
איך פארשטיי אז יעדער האט שוין אמאל ארויסגענומען א גוט ווארט אדער פארדינט א קאמפלימענט. מיין שאלה איז האט איר שוין פארדינט $$$ פון דא?
דאס מיינט אזא איינער וואס איר האט קיינמאל נישט געקענט און צומאל קענט איר זיך נאך יעצט נישט אבער אזוי ווי דא דרייען זיך אסאך מיט אייגענע פאכן וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן וואס דער עולם זאגט.
Advertisement
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 9:56 pm
פארדינט נישט אבער שוין געגעבן צו לייזן פאר א שיינע פאר אידן.
אבער פארוואס אין פארברענגען? ס'דאך יא א גוטער טאפיק.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 9:57 pm
איך האב גענומען מיין פייער אינשורענס ביי "קאר אינשורענס" איך ווייס נישט אויב דאס מיינט אז איך האב פארדינט, אבער ער זיכער.. און איך קען אים נאר פון קרעטשמע.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:02 pm
דאן דארף 'ער' שטימען פאר יא...
און ווען דו וועסט קלעמען אינשורענס [היל"ת], וועסטו שטימען פאר יא. (אויב דו וועסט האבן פארדינט, פארשטייט זיך).
--------------
איך שטעל זיך פאר אז געלעגער מיינט נישט דייקא געלט.
נוצבארע ידיעות פון וואס מ'האט עפעס געלייזט. אדער א ספר, ביכל, דאקומענטן וכדו', וואס זענען צוניץ-געקומען, איז ווארשיינליך אויך אין כלל.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:12 pm
איך האב גראדע יא געמיינט דייקא געלט ווייל ידיעות,שמייכלן,עצות,וכו' האט שוין יעדער געהאט.
אבער אויב האט די ביכל צו די ידיעה געברענגט געלט אדער איך געברענגט פרנסה דאן קען עס יא אריין גיין אין די קאטעגאריע.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:13 pm
געלעגער מיינט "נישט" קיין ידיעות, ער מיינט געלט, א טובה וכד'.
די תירוץ ביי מיר איז א ריזיגע יא! און איך גלייב אז צווישן אלע חברים דא האב איך די מערסטע פארדינט דורך אייוועלט! און ב"ה מהנה אסאך אנדערע!
געלעגער, אינטערעסאנט, איך האב פונקט געטראכט אז איך דארף ווען באשרייבן וואס אייוועלט טוט אלץ אויף פאר יעדן איינעם אין פרייוועט, חוץ די אינטערטעימענט פון ליינען און שרייבן אויף א דעילי בעיסיס, און אזוי_ווי איך ריפרעש די פעידזש, זעה איך די אשכול!
ווי זאגט נאר געלעגער, ברוך שעקיוואנטי.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:20 pm
חוץ פון אומזיסט'ס געלט אינטערן טיר... גארנישט!
אדרבא, ווער האט איבעריג?
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:22 pm
דאס געבן צו לייזן באלאנגט אויך נישט באמת אהער. מיר איז אינטערעסאנט וויפיל אידן האבן הנאה געהאט פון קרעטשמע מיט "גרינע". נישט די מענטשעלע גרינע נאר די ריכטיגע גרינע.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:35 pm
געלעגער, פינקע טשעקס איז דיר נישט אינטערעסאנט?
און איך מיין אז ס'מוז נישט זיין דוקא געלט, א טובה איך אויך ווערד, למשל א הלואה, אדער א ביזנעס קאנטאקט, געהאלפן פארשפן א קאר, א היטש וכד'.
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 10:38 pm
געלעגער האט געשריבן:אויב האט די ביכל צו די ידיעה, געברענגט געלט אדער אויך געברענגט פרנסה דאן קען עס יא אריין גיין אין די קאטעגאריע.
און אויב כ'האב "פערזענליך" באקומען א ביכל, [אן חשש גילוי, פארשטייט זיך] און שטארק נהנה געווען, גייט עס נישט אריין אין דיין קאטעגאריע?
אויב נישט, מעק אויס מיין וואוט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די תירוץ ביי מיר איז א ריזיגע יא! און איך גלייב אז צווישן אלע חברים דא האב איך די מערסטע פארדינט דורך אייוועלט! און ב"ה מהנה אסאך אנדערע!
ואני אנה אני בא? אהער מיט די הנאה!
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 11:14 pm
יא, יא, און נאכאמאל יא, שוין פארדינט געלט, שטיצע, און פיל מער פון דעם. וויכי איז מיין עד אחד (כ'האב נאך אסאך עדות...)
פרייטאג דצמבר 17, 2010 12:09 am
איך בין אין א פארלעגענהייט. איך קען נישט שרייבן יא ווייל למעשה האב איך קיינמאל נישט באקומען קיין געלט. אבער א גלאטע ניין ווידער נישט ווייל הבטחות האב איך שוין יא באקומען.
פרייטאג דצמבר 17, 2010 12:50 am
דא איז טאקע די פלאץ
שמערי ביסט מיר נאך שולדיג רעשטע..
און דארפסט מיר נאך ענדיגן מיין אנדערע זשאב, העסטיך נישט קענען אזוי ארויסדרייען.
פרייטאג דצמבר 17, 2010 2:14 am
הבטחות אויף וואס?
פרייטאג דצמבר 17, 2010 10:28 am
געשטימט פאר יא: די סיבה
איך האב מיר איינגעהאנדעלט די "אשירה ואזמרה" טעיפ אדאנק די קרעטשמע, זענענדיג באשריבען ווי שיין עס איז
און ווי באוויסט איז די טעיפ ווערט קעש, ממילא קימט אויס אז איך האב פארדיניט $$$ דורוך די קרעטשמע
פרייטאג דצמבר 17, 2010 10:40 am
שוועמל האט געשריבן:פארדינט נישט אבער שוין געגעבן צו לייזן פאר א שיינע פאר אידן.
אבער פארוואס אין פארברענגען? ס'דאך יא א גוטער טאפיק.
שוועמל קום נאר אהער, ממה נפשך, האסטו נישט פארדינט דאן פארוואס ביזטו צוריקגעקומען, האסטו יא פארדינט, טא וויאזוי שרייבסטו אזאנס.
יא און יא, אונז פארדין מיר ב''ה דורך קאנטאקטן וואס מיר האבן זיך איינגעהאנדלט אין קרעטשמע.
פרייטאג דצמבר 17, 2010 12:41 pm
געשטימט יא.
פרייטאג דצמבר 17, 2010 1:29 pm
צייטליך האט געשריבן:איך האב גענומען מיין פייער אינשורענס ביי "קאר אינשורענס" איך ווייס נישט אויב דאס מיינט אז איך האב פארדינט, אבער ער זיכער.. און איך קען אים נאר פון קרעטשמע.
יא
פרייטאג דצמבר 17, 2010 1:48 pm
געשטימט יא, ברוך ה'
פרייטאג דצמבר 17, 2010 1:50 pm
געשטימט יא, אמת שמערי?
פרייטאג דצמבר 17, 2010 1:53 pm
איך בין פארלוירן, איך קען מיך נישט דערמאנען אויב איך האב שוין פארדינט דורך קרעטשמע אדער נישט.
פון איין זייט האב איך שוין מערערע היטשעס באקומען פון חברים, דא און דארט א פיינע סעודה'לע אדער קומזיץ, אפילו א פרייע סי.די. לעצטנס ערהאלטן, אבער קעש? איך מוז מיך גוט איבערטראכטן (און דא גייט מען צוריק דורות...)
יעצט דערמאן איך מיך אז א שטיק צייט האב איך אפיציעל געשריבן א לייט ארטיקל פארן הויפט זייטל (א פעליטאן אין די צייטן פון די וואלן) און איך האב באקומען דערפאר א שטיקל מתנת יד פון הנהלת אידישע וועלט (נאך אלץ נישט "קרעטשמע"..)
איך גלייב אז איך האב שוין פארדינט, איך דארף מיר נאר דערמאנען וואס ווען און וואו
פרייטאג דצמבר 17, 2010 2:34 pm
יא, און יא און נאכאמאל יא.
טאקע נישט אזויפיל ווי כ'וואלט געוואלט, אבער נאכאלץ בעסער דאס ווי ווייניגער
פרייטאג דצמבר 17, 2010 3:02 pm
דערווייל גארניקס. אדרבה, ווער עס קען עפעס ארויסהעלפן אין דעם ענין זאל זיך מעלדן
פרייטאג דצמבר 17, 2010 4:02 pm
קרעמער, א טובה, א היטש, א קומזיץ, א סידי, דאס מיינט פארדינט!
(נישט פארגעסן פון גראדערס מתנות, אן אייוועלט האסטו עס נישט!!!)
שבת דצמבר 18, 2010 7:26 pm
וויכי, פון מיין בעטערי האסטו פארגעסן..? האסט שוין זיכער א נייע בב.
(דזשעי נעט האט פיינעלי צוריק געעפנט איי וועלט.)