בלאט 1 פון 1
ניין! איך האלט נישט ביים אויפגעבן!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:05 pm
דורך מאשקע
טראץ דעם וואס כמעט קיינער האלט נישט ביים שרייבן היינט, איך ווייס נישט פארוואס, וועל איך מיך האלטן ביי מיינס און ווייטער שרייבן. אפילו איך דארף רעדן צו זיך אליינס.
טאמער איז דאס א סטרייק, און מ'האט מיר פארגעסן צו זאגן דערוועגן, זאל מען מיר ביטע זאגן ווי שנעלער.
טאמער האט מען אן אנדערע תירוץ, זאל מען עס ארויסווארפן פון די פענסטער און צוריק אריינקומען אין די קרעטשמע און שרייבן.
סיי וויאזוי, וועל איך נישט אויפגעבן דעם קאמף, אפילו אויב איך וועל דארפן קעמפן איינער אליין.
חזק חזק ואתחזק!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:10 pm
דורך צייטליך
מאשקע, גיב נישט אויף, איך גיב דיר מיין פילסטע שטיצע,
כה לחי !
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 2:11 pm
דורך מאשקע
זאג, דו ליידיגגייער. האסט נאך עפעס צוצוגעבן, אויסער שטיצע?
כ'מיין, עפעס א באשרייבונג אדער וואס? גארנישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:51 pm
דורך איך_הער
און אויב איך געב דיר שטיצע, ביסטו יא צופרידן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:57 pm
דורך מאשקע
אז דו זאגסט עפעס, בין איך אויך צופרידן.
און אגב, שכוח פאר'ן רחמנות האבן און ארויפברענגען דעם אשכול פונעם צווייטן בלאט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:06 pm
דורך איך_הער
דו זאגסט מיר פלעין אזוי שכוח, דו ווייסט וואס דאס מיינט, אריין קומען אין קרעטשמע, און דארפן קוקן 77 נייע הודעות, ס'איז נישט גרינג. (די נאמבער לויפט נאר אלץ אשכולות הודעות זענען געווען פיל מער)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 11:13 pm
דורך מאשקע
אקעי: א גרויסן ריזיגן מעכטיגן שכוח.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 12:30 am
דורך קרעמער
ווען איך קום אריין, הייב איך נישט אן צו פארשטיין, וואס דא טוט פארגיין.
מאשקע וויינט און שרייט, בילט און קרייט, אז דער עולם אין א שלאף פארגייט.
אין די צייט וואס איך האב געהאט א קאמפיוטער קראך, און געשריגן ביז צום דאך, פון פרובירן עפענען אשכולות אזוי סאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 12:34 am
דורך מאשקע
(סארי, איך בין נישט אין די מוט פון גראמען יעצט)
וואס פארשטייסטו נישט? דער עולם איז געשלאפן, און דו הגדול בתוכם, בין איך אנגעקומען און אויפגעוועקט דעם עולם. קומסטו דיך אן, נאכדעם וואס יעדער איז שוין געווען אויף און שוין אפילו צוריקגעגאנגען שלאפן, און דו פרעגסט אזא תמ'ישע (...) קשיא?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 12:38 am
דורך קרעמער
סארי איך בין נישט אין די מוט פון ענטפערן יעצט (איך האב געהאט אן ערנסטן קאמפיוטער קראך מיט א צוויי שעה צוריק, אריינקומענדיג כדרכי בגודש צום הויפן אשכולות אין קרעטשמע גופא, האב איך אנגעהויבן עפענען אחת ואחת אחת ושתים אחת ושלש אחת וארבע, אלעס מיטן שיפט און לעפט קליק כמבואר במקום אחר, ווען עס איז אנגעקומען צו 49 (געדענקט, דאס איז נאר אין קרעטשמע גופא, די זייטיגע פורומים האב איך שוין צוויי מאל אינמיטן טאג ערלעדיגט), האט אלעס געקראכט!!!! איך האב געמוזט פארלעשן דעם קאמפיוטער, און אנהייבן פון דאס ניי.
יעצט, וועלכע פראסטראציע איז ערגער? א שטילקייט, אדער א קאמפיוטער קראך צוליב אן איבערפלוס אין ווארע?
א גוטע נאכט (איך קוק אפילו נישט אויב דו ענטפערסט עפעס, די קרעטשמע האט מיר שוין געקאסט צוויי גלאטע שעות, באצאלסטו מיר אויף די שעה איז גוט, אז נישט, האמיר א גוטע נאכט)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 12:44 am
דורך מאשקע
אהא, סאו דאס איז שוין ווען דו ביזט "נישט" אין די מוט פון ענטפערן? און וויאזוי וואלט אויסגעקוקט דיין תגובה ווען ביזט ווען יא אין די מוט פון ענטפערן?
און אויף דיין עצם פראסטראציע וועגן די איבערפלוס אין ווארע: הלוואי יעדן טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:28 am
דורך איך_הער
מאשקע, פארוואס שעלטסו? איך פארשטיי אז דיין הלוואי יעדן טאג, גייט ארויף אויפן איבערפלוס, אבער דו האסט אויך צוגעלייגט די ווערטער, אויף דיין עצם פראסטראציע, אז כאילו אויף דעם וואונטשסטו אויך הלוואי יעדן טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:40 am
דורך מאשקע
טא לאמיך קלאר שטעלן: די וואונטש איז בלויז געווען אויפ'ן איבערפלוס, נישט אויפ'ן פראסטראציע.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 11, 2007 11:44 pm
דורך איך_הער
מאשקע, פאלג אויס דעם קעפל פון די אשכול.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 12, 2007 12:59 pm
דורך סאכדעס
ער איז מסתמא נאך אויפן פליגער.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 12, 2007 10:56 pm
דורך מאשקע
איכער: נישט געזארגט. אזוי ווי סאכדעס האט געזאגט, איז טאקע געווען.
איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך וועל טאקע נישט שרייבן אזוי אפט ווי אין די ימי עבודה, אבער אינגאנצן איגנארירן די קרעטשמע קען איך נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 12, 2007 11:42 pm
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:איכער: נישט געזארגט. אזוי ווי סאכדעס האט געזאגט, איז טאקע געווען.
איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול. איך וועל טאקע נישט שרייבן אזוי אפט ווי אין די ימי עבודה, אבער אינגאנצן איגנארירן די קרעטשמע קען איך נישט.
איך פארשטיי נישט געהעריג. דו ביסט היינט געווען אויפן עראפלאן? מיינט דאך דאס אז יעצט ביסטו שוין צוריק עמי בבית, קומען דאך היצטערט די ימי עבודה, נו, וואס שרייבסטו אז דו וועסט טאקע נישט שרייבן אזוי אפט וכו', בלשון עתיד.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 12, 2007 11:56 pm
דורך מאשקע
געווען אויפ'ן עראפלאן אויפ'ן וועג אהער, צום קור-ארט.
איצטערט בין איך דאהי, און איך בין עוסק אין די עבודת הקודש פון די פרעמד.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 13, 2007 4:05 pm
דורך סאכדעס
וויאזוי טאקען האסטו קאנעקשאן?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 13, 2007 4:49 pm
דורך מאשקע
וואס הייסט וויאזוי? דער לענדלארד זאל זיין געזונט (לכה"פ ווילאנג איך ענדיג מיין וואקאציע...) האט צוגעשטעלט ווייערלעס אינטערנעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 13, 2007 4:58 pm
דורך יגרסהדותא
מאשקע, פארדריי נישט דעם אידיש, מ'שרייבט אזוי: דער לענדלאר זז"ג.
דו האלטסט מיך סתם אויף מיט דיינע לאנגע ווערטער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 13, 2007 5:01 pm
דורך מאשקע
און פאר די זעלבע סיבה האסטו אויך אראפגעשניטן דעם "ד" פון לענדלארד?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 13, 2007 5:13 pm
דורך יגרסהדותא
אוי נאר דאס, ס'איז דא וואס וואלטן אים אינגאנצן צושניטן..