בלאט 1 פון 2
שפילן פאר די חנוכה פארטי'ס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 12:55 pm
דורך געלעגער
רבותי איך דארף הילף א.ס.א.פ.
נישט לאנג צוריק האב איך באקומען א טעלעפאון רוף אז ס'גייט זיין א חנוכה פארטי און איך דארף צושטעלן עפעס א ראשי תיבות פאר נ.ג.ה.ש.
איך מיט ראשי תיבות זענען גוטע פריינט פונדערווייטנס, איך האב קיין מושג וואו איך פאנג אן. ביטע העלפט מיר ווער ס'האט עפעס א גוטע ראשי תיבות פאר די אויבערדערמאנטע אותיות גייט אריין אין א גורל און קען געוואונען א וואך פריי הוצאת הגארביזש.
די פארטי ווערט נענעטער און די טשאנסן ווערן גרעסער. זאגט א ראשי תיבות און געוואונט א ראפל.
ריטוויט דעם מעסעדזש און גייט אריין אין באזונדערע גורל וואו איר קענט געוואונען דעם רבין'ס טאשן טיכל וואס ער האט געניצט ביי מים שלנו דריי יאר און א צי.
זייטס נישט קיין צועק לשעבר. דאס איז אן איינמאליגן געלעגנהייט.
נעמטס ענק אויספאקן אייערע ראשי תיבות'ער פאר נ.ג.ה.ש.
אויב מעגליך אידיש.
יש"כ.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 12:58 pm
דורך סאדע_באטל
נ'עבעך. ה'וצאת ג'ארבעדזש. ש'בוע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 1:42 pm
דורך קרעמער
נ'ו ג'עב ה'ער ש'וין!
נ'אכאמאל ג'עב ש'וין ה'יינט!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 1:48 pm
דורך דזשעב 012
נ'אר ג'עלעגער ה'אט ש'יינע
(ס'ווענד זיך טאמער דו וועסט וועלן אויספאקן דארט ווער דו ביסט...)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:03 pm
דורך ווינקל
נ'אר ג'רינגע ש'טותים ה'אביך.
נ'עכטיגע ש'יריים ג'עטמען ה'יינט?
נ'ס ג'דול ה'יה ש'ם!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:04 pm
דורך ווינקל
נ'א ג'עב ה'ילף ש'וין!!!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 2:20 pm
דורך באמבאסטיש
נ'יק ג'עלעגער ה'ייסט ש'רייבן
ש'יינע ה'ערליכע ג'עלונגענע נ'וטריקון
ג'עווינט ש'וין ה'יינט נ'אכט
הו'צאת נ'יגער ש'ווארצע ג'ארבידזש
ג'ורל נ'וסף ש'ליחות ה'מעסעדזש
ה'רבי'ס נ'אז-טיכל ג' ש'נים
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 3:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
באמבאסטיש, באמבאסטיש!!!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 3:17 pm
דורך פריילאך
נ,עם ג,עב ה,אלב ש,טעל
נאר געלעגער האט שווארץבערי
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 4:41 pm
דורך וואדקע
נס גדול היה שם
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 5:07 pm
דורך מאשקע
נעכטן געגאנגען ה'ביסל שפאצירן.
נישט גיין היינט שווימען.
נו געב היינט שנאפס.
נישט גיין האצקענען שבת.
נחמן גייט היינט שלאפן.
נקמה גדולה הי' שם.
נו געואולדיגע הייסע שויערס.
נעבעכדיגער גבאי הענגט שליסלעך.
נישט גיין האלבע שטאט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 5:11 pm
דורך וואדקע
נעם גרויסע האלאבצעס שוין
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 6:14 pm
דורך מאנאגרעמס
נו גוט, היבש שפעט.
נו, גיי שוין הגבה!
שפרינצא גיטל האט נישט.
האלב שטאט גייט ניסלעך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 6:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
נפתלי הירצקא גייט שפילן.
נו, גיב שוין הילף.
נייע שווארצע הילף געצייג.
געהערט היינט שוידערליכע נייעס.
האט געזינגען שיינע ניגונים.
נאר געוואלט העלפן שלעפן.
נו, האסט שוין גענוג?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 6:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
נו גיימער היינט שפיהלן?
האסט שוין גענוג, ניין?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:12 pm
דורך צום זאך
נייטרא גאפלעך האסטע שוין?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 8:22 pm
דורך דזשעב 012
נ'ישט ג'עווען ה'יינט ש'לעכט
נ'יגונים ג'עזונגען ה'ויעך ש'יין
נ'חת ג'עזונט ה'אבן ש'יינע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:15 pm
דורך יואל ווייס
ש'טענדיג ה'אבן נ'אך ג'רינע
ש'יינע נ'ייע ג'לאטע ה'ונדערטערס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:21 pm
דורך מוישע_יאכעס
הולם גולם שרייבט נוטריקונ'ס
האצקעט נאך געלעגערס שיגאנען
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:24 pm
דורך יואל ווייס
ג'עלעגער ש'עפט ה'ויפענעס נ'חת
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:26 pm
דורך יואל ווייס
מוישע_יאכעס האט געשריבן:הולם גולם שרייבט נוטריקונ'ס
האצקעט נאך געלעגערס שיגאנען
נ'ישט ש'פעטן ה'אב ג'עדולד
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 05, 2010 10:28 pm
דורך יואל ווייס
ש'וין, ה'אטסמיר ג'וטע נ'אכט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 12:33 am
דורך והוא פלאי
נארישע, (נייע) היינטיגע גרויסע שגעון
נישט גענוג הייליגע שורש?
נס גדול הי" שם
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 2:08 pm
דורך באמבאסטיש
ש'אקס ה'אב נ'ישט ג'עוואונען.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 2:53 pm
דורך יואל ווייס
ש'מיר נ'ישדיר, ה'אסטעם ג'עפרעגט?
ג'עלעגער ה'ערסט? נ'ו? ש'יושר?