בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 9:29 pm
דורך געלעגער
וואו איר זעהט האב איך געטוישט דאס קעפל. פון 'עמערדזשענסי הילף! נ.ג.ה.ש.'
צו 'שפילן פאר די חנוכה פארטי'ס.'
ווייל ס'איז מיר בייגעפאלן אז אזוי וואו כמעט יעדער וואס גייט צו א צוזאמקום שפילט א געוויסע סארט שפיל. זאל ביטע יעדער מיטטיילן וואסערע שפיל מ'האט געשפילט ביי אים אין די משפחה אפשר קענען נאך מענטשען הנאה האבן.

איך וועל אנפאנגן מיט די צוויי שפילן וואס מ'האט געשפילט ביי אונז אין די משפחה.

1. יעדער האט געדארפט קויפן א קלייניגקייט (אינטער 5 דאללער ווערט) פאר זיין שוואגער/ברידער. ס'טייטש אזוי, איינער אין די משפחה איז ארום געגאנגען זאגן פאר יעדעם שטילערהייט פארוועם ער דארף קויפן זיין זאך.
וואו געזאגט האט די זאך געדארפט זיין א קלייניגקייט, מ'האט געדארפט איינפאקן די זאך און אויפ'ן דרויסעדנדיגע שאכטל ארויף לייגן א קורצע דעסקריפציע וואס דא ליגט און מ'זאל כאפן פאר וועלכע שוואגער/ברידער דאס גייט גיין. די דעסקריפציע איז באשטאנען פון די אויתיות נ.ג.ה.ש.

ב"ה ס'האט זיך פיין אויסגעארבעט און יעדער האט שטארק הנאה געהאט.

2. איינער האט געהאט א בעג בונדלעך און יענער האט געוואוסט וויפיל ס'ליגט אינעם בעג. יעדער ביים טיש האט געדארפט שאצן בערך וויפיל ער טראכט ליגט אינעם זעקל, יעדער האט געדארפט איינלייגן א טאלער און דער וואס האט די נענסטע צוגעטראפן דער האט געמאכט ס'געלט.

חברה לאזט ענק הערן. וואס האט מען ביי ענק געשפילט? אפשר קען איך נאך מאכן עפעס פאר מארגן..

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 10:29 am
דורך סתם_אזוי

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 11:11 pm
דורך גערעכטער
ארויפגעברענגט לכבוד חנוכה תשע"ה
פאריאר, איינער איז ארומגעגאנגען מיט א שווארצע בעג אנגעבנדיג אז אין דעם ליגט א בילד פון א מענטש, יעדער האט געדארפט זאגן א קאמענט אויף דער מענטש, פארשטייצעך נישט וויסנדיג ווער ס'איז, וכן הוה יעדער האט געזאגט א סטעיטמענט גוט אדער שלעכט און דערנאך אריינגעקוקט און אויס געשאסן א געלעכטער.. בינעח שוין געווארן נייגעריג ווער איז דאס דער מענטש, אנקומענדיג צו מיר האבעך געזאגט 'ער מיינט אז איינער איז אינטערעסירט אין אים', און אריינקוקנדיג האטסעך מיר אנטפלעקט א ...שפיגל!