כל בו אשכול: מאכלי שבת.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 19, 2010 5:55 am
משום מעשה שהיה אינעם פארגאנגענעם קורצן פרייטאג, בין איך די וואך אויפגעבליבן צורעכטן די הייליגע מאכלים לכבוד שב"ק. און כ'האב געטראכט אז כ'וועל שוין אויפבלייבן צו לערנען ערשטהאנטיג דעם ליל שישי שיעור. אבער וואס טוט מען אינצווישן? האב איך געטראכט צו עפענען דעם אשכול, און מ'קען דא שרייבן אלעס ארום די בע'טעמ'טע שבת'דיגע מאכלים. וואס מ'גלייכט און וואס נישט, רעצעפטן, מנהגים, וכו' וכו'.
כ'וועל אנהייבן מיט די פיש, ווייל וויין פאדערט א באזונדערן אשכול, און חלה (קארבס) באלאנגט אין געזונטהייט... וועט מען צוטרעטן צו די דגים.
ס'זענען דא אסאך סארטן כשר'ע פיש, אבער ביים היימישן עולם עסט מען נאר ממש געציילטע. פייק, ווייט, קארפ (בעיקר פסח), און סע(ל)מאן.
און היינט צו טאג ווערט מער און מער נתרבה די סעמאן עסערס.
ס'איז באקאנט אז דער הייליגער "מאור עניים" שרייבט אז ס'איז אן ענין צו עסן דייקא "סעמאן", ווייל זיי שווימען קעגן שטראם.
אזוי שרייבנדיג, דערמאן איך זיך א מעשה וואס האט פאסירט נישט לאנג צוריק ביי א שבת ש"ב פון א קרוב. ווען מ'האט אויפגעגעבן די סעמאן פיש, איז דארט געזיצן א חסידישער איד, וואס האט מיט גרויס התלהבות נאכגעזאגט דעם מאור עניים. (גראדע האט ער נישט גערעדט מיט א פארשטאפטע נאז, וד"ל). איז דארט געזעצן דערביי אן אנדערער פעטער א מה יעשה'ניק וואס גלייכט אייביג אנצודרייען עפעס, און ער האט זיך געגעבן אזא ווארף אראפ פון בענקל כאילו ער איז געווארן שאַקט... נאך די גאנצע איבערקערעניש געבט ער אים א פרעג "וואס האב איך שוין געזאגט?". ענטפערט ער אים "דאָנט טעל מי דעט יו העיוו דרייווערס לייסענס!"...
אין דעם פאלגענדען אשכול איז דא א רעצעפט פאר פיש לכבוד יו"ט.
viewtopic.php?f=3&t=12231