גריסן און שמועסן
מיטוואך יולי 06, 2011 12:16 pm
דוד פיישוט האט געשריבן:פאר די טשאלענט איז דא א פלייש גערופן "פינגער מיעט" וואס איז זייער געשמאק און ווייעך און צעגייט אין מויל
ווייסמיר שוין וואס "דו" גלייכסט...
Advertisement
מיטוואך יולי 06, 2011 8:08 pm
איזעי האט געשריבן:דער מקור איז אז מיין טאטע האט עס געטון ווייל זיין טאטע האט עס אויך געטון ווייל ער האט עס געזען ביי זיין טאטן,
און ביי אונז אידן איז דאס גענוג מקור אויף א מאכל פון די סעודת שבת,
און ווען איך עס הערינג מיט אייער-קיכל נאך קידוש, אנשטאט די צוויי רעפטלען באבקע ווי מיין טאטע שליט"א פירט זיך, בין איך משנה פון א מנהג ישראל?
און וואס טוט זיך מיט די רעטעך פרייטאג צונאכטס, אדער גרינצייג (טאמאטא, פאפריקא אד"ג) שבת אינדערפרי, איז דאס אויך א מנהג ישראל?
בדרך אפשר האב איך געקלערט פארוואס אונזערע זיידעס פלעגן עסן קאמפאט. וויבאלד עס איז דאך אמאל נישט געווען די שנעלע עקספארט ווי היינט, ממילא איז נישט געווען שייך צו באקומען א גאנץ יאר קיין פרישע פרוכט, נאר פון וואס עס איז געוואקסן ממש נאנט. (און דערפאר האט מען טאקע געמאכט א שהחיינו, ווייל עס איז געווען א גרויסע פרייד. און אויב איינער וועט היינט קויפן עפעס א זעלטענע טייערע פרוכט, צב"ש די שווארצע מעלאנעס פון יאפאן, וועט ער טאקע פילייכט מחוייב זיין מיט א שהחיינו).
ממילא האט מען עס גענומען זומער, אפגעקאכט און איינגעפאקט אין גלאזענע סלויען (אזוי ווי מיין באבע פלעגט טוהן ביז נישט לאנג צוריק) און דאס האט מען געגעסן א גאנץ יאר.
(א בחינה פון די צאנזער מנהג צו עסן זיסע און זויערע פיש).
און עסן פרוכט אום שבת, שטייט דאך שוין אין שו"ע אז עס איז אן ענין אלס מאה ברכות.
און איך האב א שטיקל ראי' פון די פאלגנדע "מעשה רב" צו די רייד פון ד"ר לידער.
הרה"ק פאפער רב זצ"ל בעל ויחי יוסף, איז אמאל געווען אין א"י אויף שבועות, און ער האט זיך מסתופף געווען בצלו פונעם לעצטן בעלזער רב זצ"ל.
שבועות איז דאן געפאלן פרייטאג און שבת. דאס הייסט אז דעם צווייטן טאג יו"ט אין חו"ל האבן די אידן דארט געלייענט פ' נשא.
זייענדיג שבת ביי די מיטאג סעודה ביים טיש פון בעלזער רב, האט ער נישט באקומען שיריים פון אלע מאכלים ווי נעכטן.
ערשט ביים ענדע סעודה, ווען מען האט אויפגעגעבן די קאמפאט, האט דער רב געגעבן פארן פאפער רב שיריים דערפון, זאגנדיג:
"ביז יעצט האב איך אייך נישט געקענט געבן, וויבאלד ביי אייך איז איין קדושה און ביי אונז איז אן אנדער קדושה. אבער פון די איינגעמאכטס קענט איר אויך עסן..."
מיטוואך יולי 06, 2011 10:49 pm
פארוואס האט מען שבת באטאג אויב אזוי אין אסאך מקומות נישט געגעסען קיין קאמפאט.
כמדומה שהפשט פון בעלזער רב, אז אין בעלז עסט מען נישט קיין קאמפאט שבת באטאג, נאר שבת שחל אחר יום טוב, האט מען געגעסען משום כבוד יום טוב, ודו"ק
דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:48 am
ביי אונז איז דער מנהג שבת ביי טאג צו עסען אייזקריעם....
דאנערשטאג יולי 07, 2011 9:12 am
קאלטע קוגעל,
דאנערשטאג יולי 07, 2011 9:43 am
ריכטיג פלאי
די לעפט אווערס פון פרייטיק צו נאכט....
דער מנהג דאכטזיך נעמט זיך פון א קפידא אויף בל תשחית....
דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:33 pm
פארשריבן, איך האב דירעקט געשריבן אז מיין טאטע האט עס געזען ביי זיין טאטע וואס האט עס געזען ביי זיין טאטע....
און אגב, רעטעך איז א מנהג ביי געוויסע.
דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:41 pm
איזעי האט געשריבן:פארשריבן, איך האב דירעקט געשריבן אז מיין טאטע האט עס געזען ביי זיין טאטע וואס האט עס געזען ביי זיין טאטע.....
די ביסט זיכער ?
דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:50 pm
איזעי האט געשריבן:פארשריבן, איך האב דירעקט געשריבן אז מיין טאטע האט עס געזען ביי זיין טאטע וואס האט עס געזען ביי זיין טאטע....
און אגב, רעטעך איז א מנהג ביי געוויסע.
ראה תוך? אותיות כת"ר,
זונטאג יולי 10, 2011 7:22 pm
אין אמתן אריין פארשטיי איך נישט פארוואס ד"ר לידער האט געמוזט צוקומען צו דעם גאנצן פשעטל
ווייל אויב האלט ער אז סאיז נישט געזונט איז פשוט אז מען טאר עס נישט עסן אפילו ס'איז יא א מנהג ישראל
גלייך ווי אלע אנדערע מאכלים וואס ווען איינער איז אלערדזשיק וכדומה
(אדער קען מען עס פארגלייכן צו איינער וואס מאכט קידוש אויף גרעיפ דזשוס ווען זיין טאטע האט געמאכט אויף וויין וועט אים דען איינער פארהאלטן?)
דער רמב"ם איז דאך בכלל קעגן עסן צופיל פרוכט
זונטאג יולי 10, 2011 7:27 pm
רעטעך, הוא מנהג בני אונגארן למקומותיהם.
מאנטאג יולי 11, 2011 3:22 am
הרב פארשלאפען
כיון שאין מוצאי מארץ הגר
האם יוכל להורני בינה
עסט מען די רעטאך רויערהייט
אדער געמישט מיט אנדערע גרינצייג...
אויך קענט איר אפשר מסביר זיין דער טעם דערפון
אויף פסח עסען אנדערע דאס אויף כרפס...
מאנטאג יולי 11, 2011 6:38 am
דאכציך אז הרב מייזעלס האלט אויך נישט פון עסן קאמפאט אין איינע פון דע ערשטע שיעורים אויף קול מבשר האט ער געהאקט דערויף
מאנטאג יולי 11, 2011 6:42 am
דער רמב"ם איז דאך בכלל קעגן עסן צופיל פרוכט[/quote]
וואו איז דער רמב"ם
מאנטאג יולי 11, 2011 6:53 am
דאכט זיך אין הלכות דעות
מאנטאג יולי 11, 2011 9:09 pm
msp האט געשריבן:הרב פארשלאפען
כיון שאין מוצאי מארץ הגר
האם יוכל להורני בינה
עסט מען די רעטאך רויערהייט
אדער געמישט מיט אנדערע גרינצייג...
אויך קענט איר אפשר מסביר זיין דער טעם דערפון
אויף פסח עסען אנדערע דאס אויף כרפס...
די וואס פירן זיך מיט דעם מנהג, עסן עס רויערהייט צושניטן אין רעפטלעך בעפאר די זופ.
(מאנכע טונקען עס איין אין אביסל זאלץ, ועיין בבית נאמן הל' מאכלי שבת).
ושמעתי הטעם, ווייל עס עפנט דעם מאגן.
ד"א בין איך נישט אזוי זיכער אז עס איז מנהג אונגארן. (עכ"פ כל בני אונגארן בודאי לא. פילייכט נאר פון א געוויסע געגנט אדער גזע, וכדומה).
פרייטאג ינואר 06, 2012 10:50 am
די טשאלענט באבעלט שוין! ווייסט איינער פון א גוטע רעצעפט פאר טשאלענט קוגל (מעהל קוגל)?
זונטאג ינואר 08, 2012 5:53 pm
snax האט געשריבן:די טשאלענט באבעלט שוין! ווייסט איינער פון א גוטע רעצעפט פאר טשאלענט קוגל (מעהל קוגל)?
נוסחה אחרת: "געקנעטענע קוגל".
זונטאג ינואר 08, 2012 6:47 pm
:ווערט געמאכט אלס אן עיסה הנילושה בשמן ודבש, ווי פאלגענד
מעל
אויל
וואסער
האניג
זאלץ
פעפער.
די מאס קאן קאן איך נישט זאגן ווייל דאס גייט ביי מיר גענצליך אויפן שאץ.
כך קבלתי מאמי מורתי תחי'
זונטאג ינואר 08, 2012 7:45 pm
בנייטרא קוק בוך, יש מימרא ואיני זוכר בדיוק, אבל בערך, רויט ווי עשו, וויינינדיג ווי לאה, וכו' (והיינו הרבה רויטע פעפער, הרבה שמן)
מי שזוכר ישלים
מאנטאג ינואר 09, 2012 12:13 am
פארשריבן האט געשריבן:msp האט געשריבן:הרב פארשלאפען
כיון שאין מוצאי מארץ הגר
האם יוכל להורני בינה
עסט מען די רעטאך רויערהייט
אדער געמישט מיט אנדערע גרינצייג...
אויך קענט איר אפשר מסביר זיין דער טעם דערפון
אויף פסח עסען אנדערע דאס אויף כרפס...
די וואס פירן זיך מיט דעם מנהג, עסן עס רויערהייט צושניטן אין רעפטלעך בעפאר די זופ.
(מאנכע טונקען עס איין אין אביסל זאלץ, ועיין בבית נאמן הל' מאכלי שבת).
ושמעתי הטעם, ווייל עס עפנט דעם מאגן.
ד"א בין איך נישט אזוי זיכער אז עס איז מנהג אונגארן. (עכ"פ כל בני אונגארן בודאי לא. פילייכט נאר פון א געוויסע געגנט אדער גזע, וכדומה).
אנטנינוס ורבי שלא פסקה מעל שולחנם לא 'צנון' שמחתך ומהפך המאכל..........
חודש תשרי ווען מען עסט נישט קיין שארפע מאכלים ווי רעטעך האב איך געהערט פון משפחות וואס עסן קאלאראבי אנשטאט רעטעך
דאנערשטאג מרץ 07, 2013 7:14 pm
ווי אזוי מאכט מען א גוטע העלדזל?
דאנערשטאג מרץ 07, 2013 8:17 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:ווי אזוי מאכט מען א גוטע העלזל?
ווער קען ארויסהעלפן?
דאנערשטאג מרץ 07, 2013 9:13 pm
פארשריבן האט געשריבן:snax האט געשריבן:די טשאלענט באבעלט שוין! ווייסט איינער פון א גוטע רעצעפט פאר טשאלענט קוגל (מעהל קוגל)?
נוסחה אחרת: "געקנעטענע קוגל".
מיין פאטער פלעגט דאס צו רופן "גנב קוגל" אזוי מקובל פון זיינע עלטערן - די סיבה ווייל ער גנבעט זיך אריין אינעם טאפ טשולענט, אין אזוי באבלט ער זיך מיט.
פרייטאג מרץ 08, 2013 3:52 am
מיר האבען באקומען מאחורי הפרגוד עטליכע פיס
און ברוך השם די רביצין תליט"א האט געמאכט געשמאקע גאלערעטע....