יאפטשיק, גאלע, פצעי א.א.וו.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 01, 2011 10:48 pm
די תורה הק' באפעלט אידישע קינדער אפצוהיטן דעם הייליגן שבת און געדענקען אין דעם חילוק צווישן די ששת ימי המעשה און דער שבת קודש.
אידישע קינדער נוצן אויס דעם הייליגן שבת צו פארשטארקערן דעם קשר מיט קודשא בריך הוא. דער יום השבת קודש ווערט אויסגענוצט צו תורה ותפלה, שירות ותשבחות לקל חי, ווי אויך זענען די מאכלים לכבוד שבק קודש ספעציעל און אנדערש ווי א גאנצע וואך.
מדורי דורות זענען געווען אנגענומען אייגנארטיגע מאכלים לכבוד שב"ק. אין דער אלטער היים האט זיך יעדע מדינה און יעדע סביבה געהאט אירע מנהגים כלפי מאכלי שבת. כהיום, ווען אינעם זעלבן געגנט וואוינען אידן פון מערערע קהילות און קרייזן, איז דאס מציאות אז פארשידענע מאכלים לכבוד שבת קודש פון וועלכע מ'האט אמאל נישט געוואוסט און זיכער נישט געגעסן, ווערט מיט די צייט ברייטער באקאנט און עס דרינגט אריין אין מערערע אידישע הייזער.
צווישן די מאכלים אויף שבת קודש וועלכע זענען לעצטנס מפורסם געווארן, טייל פריער און טייל שפעטער, ציילט זיך דער מאכל "יאפטשיק".
אין ליכט פון דעם, האט זיך דער דזשורנאליסט נתן קרעמער ארויסגעלאזט געוואויר צו ווערן וואס דאס איז און פון וואו עס שטאמט.
ער האט זיך פארבונדן מיטן בארימטן קעכער ר' ברוך וויינשטאק הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז אין די פארגאנגענהייט געווען קעכער אין די זאלן פון מוסד "יד ועזרה" אין ארץ ישראל, וואו ער פלעגט אהערשטעלן ארום צוויי און א האלב טויזנט פארציעס א טאג. און היינט צו טאג דינט ער אלס קעכער פון די סאטמארע "טעיק-אוט" געשעפטן אין ירושלים דאמעריקע.
נתן קרעמער: נו לאמיר הערן, פון וואו שטאמט יאפטשיק?
ר' ברוך: דער נאמען "יאפטשיק" שטאמט פון אונגארן און רומעניע, און אויף וויפיל איך בין עס נאכגעגאנגען איז עס א רומענישער מאכל. עס שטאמט פון די ארימעלייט. דהיינו, אמאל זענען אידן אין יענע לענדער געווען אמת'ע ארימעלייט און פון יעדע חלק מאכל וואס מען האט יא פארמאגט, האט מען פרובירט צו מאכן עפעס דערמיט געשמאק צו דער זעט.
געלט צו קויפן אויל האט מען נישט פארמאגט, פלעגט מען אנשטאט אויל נוצן די פעטנס און שמאלץ פון די אינדיקעס, עופות און בהמות. מיט די פעטנס פלעגט מען קאכן און באקן, אזוי ווי מען טוט נאך היינט ביי אונז פסח ווען מען קאכט מיט שמאלץ.
אזוי איז געווארן "יאפטשיק" – א געמיש פון שמאלץ און קארטאפל.
אין טייל רבי'שע הויפן פלעגט מען דאס עסן שבת צופרי נאך קידוש און מען האט עס גערופן סעודת ר' חידקא. סעודת ר' חידקא ווערט געברענגט אין די גמ' מס' שבת, אז ר' חידקא האלט אז מען דארף שבת בייטאג עסן דריי סעודות. איז כדי די סעודה זאל זיין א געהעריגע סעודה, האט מען געגעסן ווארעמע פלייש און קוגל. אזוי ווערט געברענגט אין ספר טעמי המנהגים, אז מען האט מקפיד געווען צו עסן פלייש ביי קידושא רבה, יוצא צו זיין סעודת ר' חידקא.
אינעם זמירות תפארת צבי ווערט געברענגט, אז הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זי"ע האט זיך אויך געפירט צו עסן ווארעמע פלייש לכבוד סעודת ר' חידקא, און אזוי האט ער מקבל געווען פון זיין זיידן הרה"ק בעל חקל יצחק זצ"ל. חוץ פון דעם איז מען יוצא דערמיט דאס ענין פון עסן חמין בשבת קודש, וואס צדיקים האבן געזאגט אז עס איז מסוגל צו אמונה.
נתן קרעמער: ווי אזוי שטעלט מען אהער די היינטיגע "יאפטשיק"?
ר' ברוך: היינט איז "יאפטשיק" גאר אנדערש ווי אמאל. אמאל איז עס געווען אן ארעמער מאכל, וואס איז באשטאנען בלויז פון שמאלץ מיט קארטאפל. אבער היינט צו טאג איז עס א רייכער מאכל.
"יאפטשיק" מאכט מען היינט פון א געמיש פון קארטאפל-קוגל און טייערע פלייש. עס איז דא וואס מאכן עס מיט טשיקן פלייש, אבער רובא דרובא מאכן עס פון בהמה פלייש.
דא ביי אונז אין קיך, מאכט מען עס נאר פון בהמה פלייש. מען נעמט דערפאר גאר גוטע פליישן וועלכע זענען גוט ווייעך, כדי עס זאל זיין וואס נאנטער צו די ווייעכקייט קארטאפל קוגל, אזוי אז מען זאל דאס קענען עסן מיט א געשמאק. מען מישט עס גוט אויס און מען באקט דאס אפ.
נתן קרעמער: ווי אזוי באקט מען דאס?
ר' ברוך: "יאפטשיק" באקט מען אויף א קליינע פלאם פאר א גוטע פיר-און-צוואנציג שעה. נאך צוויי שעה עפנט מען דעם אויוון, און מען מישט דאס ווידער גוט ארום און ארום, אז עס זאל זיין ווי מער אויסגעמישט. דערנאך דעקט מען דאס גוט צו, און מ'לאזט עס באקן פאר נאך צוויי און צוואנציג שעה.
ווען די פיר-און-צוואנציג שטונדן לויפן אפ, נעמט מען ארויס דעם הייסן פרישן יאפטשיק, און מען לייגט דאס אריין אין ספעציעלע ווארעמערס. דארט האלט זיך דאס אויף א גאנצע צייט, און פון דארט סערווירט מען עס גלייך צום קאסטומער. בקיצור, די קארטאפל-קוגל ברויך זיך ווי מער וויקן אינעם שמאלץ פון די פלייש אז עס זאל זיין געשמאק און ס'זאל האבן דאס רעכט צו טראגן דעם נאמען "יאפטשיק".
אמאל פלעגט מען עס מאכן הארטער, אבער היינט-צו-טאג מאכט מען עס ווי ווייכער ממש ביז עס ווערט א זופ, ווייל דאס איז וואס דער עולם פארלאנגט און עס עסט זיך גאר געשמאק. מען קען דאס היינט מער נישט עסן מיט א גאפל, נאר מען ברויך נוצן א לעפל.
מיט עסן "יאפטשיק" היינט, קען מען אויפאיינמאל יוצא זיין דאס עסן קוגל, פלייש און זופ אויפאמאל...
נתן קרעמער: וועלכע קרייזן קויפן "יאפטשיק"?
ר' ברוך: היינט-צו-טאג קויפן דאס אלע קרייזן: חסידישע, ליטווישע און אמעריקאנער אידן. מיר האבן באשטעלונגען פאר "יאפטשיק" פון אלע קרייזן. מיר האבן רעגלמעסיג אידן וועלכע וואוינען אין בארא פארק, פלעטבוש און אינעם איסט-סייד וכו' און ארבעטן דא אין וויליאמסבורג און קומען יעדע וואך דאנערשטאג אויפן וועג אהיים קויפן ביי אונז "יאפטשיק".
נתן קרעמער: אז מען רעדט שוין פון מאכלי שבת, וואס איז דאס "גאלא"?
ר' ברוך: "גאלא" און "יאפטשיק" האט בלויז איין זאך מיט וואס ס'איז גלייך. עס איז געמאכט פונעם זעלבן בהמה, אבער נישט פון זעלבן חלק.
"גאלא" ווערט געמאכט פון פיסלעך. עס איז דא וואס מאכן דאס פון הינדל-פיסלעך, אבער רוב מאכן עס פון בהמה-פיסלעך, און מיר מאכן עס אויך פון בהמה פיסלעך.
"גאלא" ווערט געמאכט דורך וואס מ'נעמט די פיסלעך פונעם בהמה, מען לייגט דאס אריין אין טאפ מיט קנאבל דערין און אנדערע געווירצן. מען קאכט דאס אפ פאר בערך פיר-און-צוואנציג שעה, ביז עס ווערט ווי א געדעכטער זופ. דאס קאכן ציהט ארויס די פעטנס און קראפט פון די פיסלעך, און אזוי ווערט דערפון א הארטע מאכל.
ווען עס איז פארטיג, נעמט מען די "גאלא" און מען זיפט עס אויס עס זאל ווערן קלאר און זויבער, עס זאל נישט בלייבן דארט פון די שטיקלעך ארום די פיסלעך. מען פאקט דאס איין און מ'לאזט עס אויסקילן. דערנאך לייגט מען עס אריין אין פרידזשידער וואו עס ווערט פארגליווערט.
נתן קרעמער: פון וואו שטאמט "גאלא"?
ר' ברוך: "גאלא" איז א פוילישער מאכל. דער שורש דערפון איז די זעלבע ווי "פצעי", וואס דאס באדייט שבת קודש פיסלעך וואס דאס איז געווען פון די גאר חשוב'סטע מאכלים אין אלע רבי'שע הויפן פון תלמידי בעש"ט זצ"ל.
חסידישע אידן האבן שטארק מקפיד געווען דערויף. עס ווערט געברענגט אין גאר אסאך ספרי תלמידי בעש"ט זצ"ל דער גרויסער ענין און תיקונים פון עסן פיסלעך אום שב"ק.
עס ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון הרה"ק רבי פנחס'ל קאריצער זצ"ל, אז וועגן דעם עסט מען שבת פיסלעך ווייל שקר אין לו רגלים, און שב"ק איז א שטיק אמת (חותמו של הקב"ה שהוא אמת). אויך אין זמירות דברי יואל ווערט געברענגט אז מרן רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זצ"ל האט גאר שטארק מקפיד געווען דאס צו עסן אום שבת און ער האט אפי' אמאל פארגעהאלטן א חסיד, היתכן ער עסט נישט פיסלעך אום שב"ק.
נתן קרעמער: וואס טוט זיך מיט אנדערע מאכלי שבת קודש?
ר' ברוך: אין רמ"א הל' שבת סי' תרמ"ב ווערט געברענגט אז מען פירט זיך צו עסן אנגעפילטע זאכן. דאס מיינט אנגעפילט אינדערמיט, אלס זכר צום מן. וועגן דעם איז דער מנהג ביי טייל צו עסן שב"ק קרויט אדער געפילטע העלזל. אלעס איז נובע פון דעם דערמאנטן רמ"א.
ס'איז איבריג צו רעדן פון די מאכלים וואס יעדער איד עסט לכבוד שבת, ווי פיש, טשאלנט, פלייש, פערפל, קוגל וכו'. איך וועל בלויז דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, מאכלים וואס בלויז טייל משפחות עסן לכבוד שב"ק.
היינט-צו-טאג איז געווארן א גאר שטארקער פארלאנג אויף איינגעטונקעכץ (דיפס).
לכבוד שב"ק פארקויפט זיך גאר אסאך דיפס. דאס האט מען דא נאכקאפירט פון ארץ ישראל, וואס דארט איז דאס א מאכל פי כמה.
די סיבה דערצו איז, ווייל אין ארץ ישראל איז די פיש גאר טייער - אויסער וואס די אמעריקאנער פיש זענען אסאך געשמאקער אין טעם – און געלט פאר פיש איז דארט נישטא ביים אלגעמיינעם ציבור, האט מען זיך איינגעפירט צו טונקען אין ברויט אדער חלה, אנשטאט צו סערווירן ברייט פיש. ווי מער געטונקעכץ מען קויפט אלץ מער פיש שפארט מען זיך.
לעבער איז גאר א שטארקער מאכל לכבוד שב"ק. עס שטייט אין גמ' מס' חולין (קיא.) אז וקראת לשבת עונג איז מען מקיים מיט לעבער.
מיר מאכן צוויי סארטן לעבער: צומאלענע לעבער, און לעבער מיט געדינסטע צוויבל. ביי די סאטמארע רביים עסט מען געבראטענע לעבער פרייטאג צונאכטס. אבער רוב אידן עסן דאס שבת צופרי מיט די אייער. צדיקים פלעגן זאגן אז כב"ד באטרעפט זעקס-און-צוואנציג, כמנין שם הוי'.
אויך אויף בונדלעך איז דא א שטארקער פארלאנג. מען מאכט היינט צוויי ערליי: די טשיק-פיעס און די ליימען-ביענס.
עס שטייט אין פרי מגדים אז מען זאל עסן בונדלעך לכבוד שב"ק. רבי הערשעלע ליסקער זצ"ל פלעגט זאגן אז ווער עס עסט שב"ק בונדלעך, איז פארזיכערט אז ער וועט נישט שטארבן אן תשובה. אויך שטייט פון ר' הערשעלע ליסקער זצ"ל וואס ער האט נאכגעזאגט בשם צדיקים, אז י'וך ב'ונדלעך ק'ויליטש איז די ר"ת פונעם שם יב"ק, און ווען מ'עסט דאס אינאיינעם איז מען ממשיך רפואות און ישועות.
מייערן איז אויך גאר א שטארקער מאכל לכבוד שב"ק. דער נאסאדער רב פלעגט צו דערציילן אז ביים הייליגן צאנזער רב איז דער מאכל פון מייערן געווען די חשוב'סטע מאכל פונעם שבת.
עס איז אויך דא א מאכל וואס מען רופט 'געדישעכץ', דאס איז פון גערגלעך און פליגלעך פון עופות, געקאכט אין צוויבל און אין א זאפט.
אין סיגוט\סאטמאר פלעגט מען דאס עסן פרייטאג-צונאכטס, אבער בלויז ביים טיש פון די רביים. דער אלגעמיינער ציבור אין סאטמאר פירט זיך נישט דאס צו עסן. אבער אין בעלזא איז עס גאר א שטארקער חשוב'ער מאכל, מען גיבט דאס ביי יעדע יארצייט-טיש, און דאכט זיך אז דארט עסט מען דאס אויך ערב שב"ק.
אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער, אבער מיר דארפן זיך דא אפשטעלן. ווייל די פיר-און-צוואנציג שעה פונעם יאפטשיק האט זיך איצטערט געענדיגט, און מיר דארפן זיך באפאסן דערמיט אז עס זאל זיין געשמאק ווי עס פאסט זיך לכבוד שב"ק.
מיר וואונטשן פאר ר' ברוך אז דער זכות פון צושטעלן מאכלי שבת פאר אזויפיל אידן, זאל אים ביישטיין בכל מילי דמיטב.