פרייטאג נובמבר 19, 2010 5:55 am
פרייטאג דצמבר 10, 2010 9:21 am
farshlufen האט געשריבן:פיש לכבוד שבת
צוגעהערן:
5-6 סלייסעס סעלמאן פיש
1 ראד געפילטע פיש
א פאר שטיקלעך הויט
4 גרויסע מייערן
2 שטיקלעך סעלערי
3 מיטעלמעסיגע צוויבל
2 ציינדלעך קנאבל
1 פעטרישקע
5 גלעזלעך וואסער
א גלעזל צוקער
א פולע האנט זאלץ
אביסעלע ווייסע פעפער
מאכט ערליך א לשם יחוד און זאגט לכבוד שבת קודש האטס אינזין על דעת דעם הייליגן אמורא רבא [מלח שבוטא]
לייגט אריין צו ערשט אריין די וואסער אין טאפ און שטעלט עס אויפן פייער
[פשוט אלס פראקטישקייט איר זאלט נישט דארפן ווארטן ביז ס'קאכט]
שיילט אלעס אפ, צושניידט עס, וואשט עס גוט אפ און לייגט עס אריין אין טאפ,
לייגט אריין די זאלץ צוקער און פעפער און לאטס עס קאכען אויף אביסל א גרעסערע פלאם אויף 45 מינוט
וואשט גוט אפ די סלייסעס און לייגט זיי אריין אין טאפ
און לאזט עס קאכן אויף 35 מינוט
לייגט אריין די געפילטע און לאזט עס קאכן אויף נאך 55 מינוט
לעשט עס אויס אין לאזט עס אפקילן אין וואסער
פאקט עס איבער און לייגט עס אריין אין פרידזשידער
איר האט פיינע פיש לכבוד שבת.
פוילישער האט געשריבן:וויפל פונט איז דער געפילטע ראל?
farshlufen האט געשריבן:פון איינס ביז צוויי פונט ס'איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא.
קליקו האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מאכט מען גוטע קאטשעניו?
און וואס מאכט אז געפילטע פיש זאל זיין וואסריג און ווייך פון אינעווייניג, נישט ווי א ראבער, האט דאס מיט די קאמפאני אדער ווי אזוי מקאכט עס
farshlufen האט געשריבן:געפילטע פיש באשטייט געווענליך פון א גרויס פראצענט וואסער און אנדערע באנשטאנדטיילן, געווענליכע איז זייער האקעל ביים קאכן סיי מיט דען טעמפראטשור און סיי מיט די צייט.
קהת האט געשריבן:איך האב באמערקט אז עס האט מיט די פיש קאמפעני סאיז דא וואס זענען וואסעריג און סאיז דא וואס זענען א הארט שטיקעל טייג.
farshlufen האט געשריבן:
פערפיל לכבוד שבת קודש
צוגעהערן:
איין גלעזל פערפל
אביסל אויל
איין ציינדל קנאבל
2 און א האלב גלעזלעך וואסער
זאלץ און רויטע פעפער צום טעם:
צושנייד די קנאבל אויף גאר פיצעלע שטיקלעך דינסט עס אויף א מיטעלע פלאם ביז ס'ווערט ליכטיג ברוין, גיסט אריין די פערפל, מישט עס אויס אביסל, גיסט ארייו די וואסער, לייגט אריין די זאלץ און פעפער, קאכט עס אויף א קליינע פלאם, לעשט עס אויס פאר ס'קאכט אויס אינגאנצן.
איר האט פערטיגע פערפל לכבוד שב"ק.
פוילישער האט געשריבן: עצה טובה פאר פערפל קאכערס, איר דארפט נישט האבן קיין פרעשור אז די פערפל ברענט צו, אדער די וואסער לויפט איבער. לייגט אריין די פערפל מיט די ספייסעס, און לייגט אריין די וואסער (ס'בעסטע הייסע) עס קען זיין אויף א הויך פלאם עס זאל שנעל קענען אנהויבן באבלען, און תיכף וועס הייבט אן צו באבלען, פארלעשט דעם פייער און דעקט צו דעם טאפ. 20 מינוט דערויף האט איר דעלישעס פערפל.
דאס זעלבע איז ביי לאקשן, תיכף ווען עס הייבט אן צו באבלן לעשט אויס דעם פייער און דעקט צו דעם טאפ, ביז 20 מינוט איז עס ראוי לאכילה גוט ווייך.
פוילישער האט געשריבן:עס איז ראטזאם צו געבן א גוטע מיש דעם טאפ נאכ'ן אויסלעשן דעם פייער פאר'ן צודעקן מיט'ן דעקל.
דרך אגב, פארשפארט אייך ארבייט, קויפט ברוינע (טאסוט) פערפל און נישט ווייסע, אזוי וועט איר נישט דארפן ווארטן עס זאל ווערן ברוין, נאר איר קענט גלייך ספייסען און לייגן וואסער.
קהת האט געשריבן:איך גלייב אז אלע מאכן דא טשאלענט קאבידשאבעס סאו לאמיר הערן גיטע איידיעס, גיטע רעסעפיס...
פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?
קרעמער האט געשריבן:איינער האט געהאט אסאך איבריגע צייט און געדולד...
יישר כח פארשריבן
פרייטאג דצמבר 10, 2010 9:46 am
פארשריבן האט געשריבן:קליקו האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מאכט מען גוטע קאטשעניו?
לויט ווי איך ווייס, אויב לייגט מען אריין פיש-הויט אינעם טאפ ביים קאכן, קומט ארויס א פיינע הארטע דזשעלי הנקרא באונגארן "קאטשעניא".
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:37 am
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 8:40 am
דאנערשטאג דצמבר 16, 2010 2:16 pm
טאבאקא האט געשריבן:א. אין די הויפן פון טאהש און קרעטשניף, פירט מען זיך צו עסן כריין אלס צושפייז צו די פלייש.
כ'האב אמאל געהערט דעם טעם, ווייל די שבת טיש איז דומה צום מזבח, און די מאכלי שבת צו קרבנות.
ב. א אנדערע מעשה פארציילט מען אבער אויפן הייליגן עצי חיים זצ"ל.
אז איינמאל איז ער געווען ערגעץ צו גאסט, און די באלעבאסע האט אויפגעגעבן כריין צו די פלייש.
האט ער זיך אנגערופן מיט א ווערטל: "די פלייש דארף נישט קיין מעקלער"...
ג. (הרב קלוגער פון א"י טונקט איין די חלה אין אביסל חריף און אין חריין נאך די פיש. און איינער האט מיר נאכגעזאגט בשמו דעם טעם, ווייל ער וויל מיט דעם יוצא זיין עונג שבת. ווייל די מאכלי שבת זענען דאך פאר אונז ווי א חיוב).
פרייטאג דצמבר 17, 2010 9:05 am
ביקסאד האט געשריבן:א. און די קרבנות . . . פיהר ביטע אויס.
ביקסאד האט געשריבן:פלייש הויל [אן קיין צו-שפייז] האבן רוב רובא צדיקים נישט געגעסען.
זונטאג דצמבר 19, 2010 9:24 am
מיטוואך דצמבר 29, 2010 7:35 am
מיטוואך דצמבר 29, 2010 11:07 am
מיטוואך דצמבר 29, 2010 11:13 am
מיטוואך דצמבר 29, 2010 11:34 am
מיטוואך דצמבר 29, 2010 11:40 am
באמבאסטיש האט געשריבן:די קוגל מעשה איז איינע פון די זאכן וואס די וועלט זאגט נאך פון אים, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. כך שמעתי פעם מפ"ק.
מיטוואך דצמבר 29, 2010 12:46 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:די קוגל מעשה איז איינע פון די זאכן וואס די וועלט זאגט נאך פון אים, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. כך שמעתי פעם מפ"ק.
מיטוואך דצמבר 29, 2010 12:51 pm
מיטוואך דצמבר 29, 2010 12:51 pm
מיטוואך דצמבר 29, 2010 1:02 pm
מיטוואך דצמבר 29, 2010 1:05 pm
טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".
מיטוואך דצמבר 29, 2010 1:08 pm
והוא פלאי האט געשריבן:האט דאך עס יא געזאגט
איי ער האט עס געזאגט מיט א דיסקלעימער,
איינס גארנישט איז אזוי אמת ווי דאס וואס מען לייקענט
צווייטענס, איך בין געווען גאנץ יונג ווען איך האב געהערט פון אים די מימרא פון די קוגעל, אפשר האט ער דאמאלס אויך אויסגעפירט און עס איז נישט אמת, און איך האב עס נישט אויפגעכאפט
דריטענס, דער אדוואקאט האט געזאגט פארן שופט, ווען דער שופט האט אים געפרעגט ווער זאגט עס איז אמת די מעשה מיט די פאסט מארקע, האט ער געזאגט אויף מיר און דיר זאגט מען עס נישט...
מיטוואך דצמבר 29, 2010 3:42 pm
טאבאקא האט געשריבן:נאך אפאר ווערטער וועגן דעם כריין [מרור].
די ווייסע כריין [וואס ווייס איז דאך חסד, כידוע] מישט מען מיט די רויטע [וואס רויט איז דין] צוויקל, אלס רמז ממתיק צו זיין די דינים.
און דאס עסט מען מיט די פלייש, וואס איז אויך דין, כדי עס ממתיק צו זיין.
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".
און נאך א רמז נאה.
די כריין איז ווייס און שארף, און די צוויקל רויט און זיס. וואס דאס קומט מרמז צו זיין, אז נישט אלעס וואס זעהט אונז אויס ווייס און שיין פונדרויסן, איז באמת אויך גוט פון אינעווייניג, נאר עס קען זיין באמת זיין גאר ביטער. און דאס זעלבע פארקערט, אפי' ס'איז רויט, קען עס אויך זיין זיס. וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
נאר מיר בעטן השי"ת "הראנו ה' חסדיך", מיר ווילן עס זעהן. כאטש אלעס וואס דו טוסט איז זיכער גוט.
טאבאקא האט געשריבן:נאר מיר בעטן השי"ת "הראנו ה' חסדיך", מיר ווילן עס זעהן. כאטש אלעס וואס דו טוסט איז זיכער גוט.
פרייטאג דצמבר 31, 2010 8:57 am
קרעמער האט געשריבן:טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".
מען דארף נאר אכט געבן דאס אויסצומישן בעפאר שבת, ווייל אום שבת מעג מען נאר מיט א שינוי (דאס הייסט מאכן מיט א לעפל איינמאל אין די לענג, איינמאל אין די ברייט, וחוזר חלילה)
פרייטאג דצמבר 31, 2010 9:36 am
שבת ינואר 01, 2011 9:54 pm
קרעמער האט געשריבן:טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".
מען דארף נאר אכט געבן דאס אויסצומישן בעפאר שבת, ווייל אום שבת מעג מען נאר מיט א שינוי (דאס הייסט מאכן מיט א לעפל איינמאל אין די לענג, איינמאל אין די ברייט, וחוזר חלילה)
מאנטאג ינואר 31, 2011 1:15 pm
שאץ מאץ האט געשריבן:
ד) די כוס פון קידוש זאל זיין פיל מיט וויין על כל גדותיו.
(בן איש חי)
ה) א שיינע בעכער איז מסגול לפרנסה (חברה טראגט'ס ארויס דעם זילבענעם בעכער אין קאנטרי....)
(ר' נתן מברסלב)
ו) עסן פיש לכבוד שבת איז מסוגל לפרנסה, א רמז ווייל ס'שטייט עיני ד' אל יראיו וגו' ולחיותם ברעב, און פיש האבן שטענדיג אפענע אויגן.
(היכל הברכה מרי"א מקאמארנה)
ז) עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)
פארשריבן האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן:עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)
דעם פארגאנגענעם שבת ביי א קידושא רבא, האט מיר עמיצער נאכגעזאגט פונעם קרעטשניפער רבין זצ"ל בזה"ל:
עפל, איז מסוגל אויף פרנסה. עפל 'קוגל', איז מסוגל אויף עשירות!
מאנטאג ינואר 31, 2011 2:46 pm