גריסן און שמועסן
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:32 pm
נאכן אראפלייגן דעם טעלעפאן מיט די צוויי אויבנדערמאנטע ארגאניזאציעס ווי זיי האבן מיר קאטאגאריש אפגעזאגט, לייג איך עס אריין דא:
לויפנדיג נעכטן זונטאג ביי די מאראטן איז מיר פארלוירן געווארן א הענטשוך, אין די וומסב"ג געגנט, אויב געפונען רופט:.....
(מיין נאמבער איז נישט וויכטיג פארן פוירפעס דא | אויפן קלאסיפייד שטייט נעכטן פארן פוירפעס פון די פארשטענדליכקייט פון די מארגנדיגע אפגעזאגטע מעלדונג, אבער אוודאי רעדט מען פון די היינטיגע מאראטן).
בקיצור, לייג איך עס דא.
ווער עס האט סיי וועלכע אינפא ביטע שיקט מיר אין אישי.
יישר כח
Advertisement
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:40 pm
כ'האב גראדע געטראפן א גאר טייערע נייקאן קעמערא וואס א לויפער (גארנישט מיט די קישקע פאבריק) האט אראפגעלאזט אויף בעדפארד ביי רוטהלידזש, עס איז אראפגעפאלן צוזאמען מיט יענעם'ס הענטשוך - וואס כ'האב ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג אויפצוהייבן. ווען איך ווייס ווען...
הפנים די קעמערא קענסטע אפנעמען ביים משמש אין פאפא.
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:42 pm
גרויז, איר קענט פראבירן דעם גוט מארגן.
און בעסטן פאר וועט ער אריין לייגן אז איינער האט פארלוירן נעקסטע וואך זיין קאלאטשן..
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:44 pm
צום זאך און ברענעריי, ענקערע ווערטער זענען אומפארשטענדליך, נעקסט?
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:46 pm
איך האב געטראפען א פינקע הענטשעך איז דאס דיין? האסטו געבארגט (גענומען) פון דיין טאכטערל?
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:47 pm
משוגעים! איינער האט געטראפן מיין הענטשוך???? מען קען זיך משוגע מאכן, ווען עס קומט צו העלפן א איד זענט עטץ אלע אנטרינען. העלאוווו???
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:49 pm
איך גיב אפ נאר מיט סימנים, איז די הענט געבליבן אינעם הענטשוך בשעת'ן פארלירן?
איז עס א הענטשוך מיט אן עקסעטערע טאש פאר יעדן פינגער באזונדער, צו נאר איינס פארן גראבן פינגער און א כל הנערים פאר די איבריגע?
האט עס געהאט א ראבער וואס מ'לייגט אריין אין די ערמל ביזן אנדערען הענטשוך, אדער אזא הויזן טרעגער וואס מ'קליפט ארויף צום מאנטל?
האט עס געהאט לעכער ביי די שפיצן פון די נעגל?
אויב איז די ענטפער אויף איינע פון די פראגן "יא" אדער "ניין" העמיר ווייטער רעדן.
זונטאג נובמבר 07, 2010 1:51 pm
העי, ס'ליגט אין דיין אנדערע הענט.
זונטאג נובמבר 07, 2010 2:03 pm
באקומען אין אישי פון א ניק "אלי ישי":
גרויזי, אני ממש נתפעל מהגבורה שלך, אנשי וילימסבורג לא יכירו לעולם במי שרץ בהמורוטן כאדם מן השורה, הרוח שלהם מנשבת כל מי שלא חושב כמוהם מאה אחוז.
תשכח מלראות תשובה ברורה, וכל שכן שהאיש שבאמת מצא הבתי ידים שלך, אם הוא מסאטמר תהיה בטוח שזה כבר נשרף בשדרת "ליע" פינת רחוב היוז סטריט.
אגב, גם אני רצתי שם בהמורוטן, כמה זמן זה לקח לך?
זונטאג נובמבר 07, 2010 2:05 pm
יעצט באמערק איך אז "היימישע קרעטשמע" האט אויך קאטאגאריש אפגעזאגט דעם אנאנס:
אינפארמאציע, די געזוכטע הענדשוך געפינט זיך נישט.
זונטאג נובמבר 07, 2010 2:17 pm
ברעיקינג ניוז!
די געווינער פון די היינטיגע מאראטאן איז א אומבאקאנטע פארשוין מיטן צינאמען גרויזי,
דער פארשוין איז אנגעקימען צום ציהלפונקט פארסאפעט מיט א שווארצע טו דעעם היי הענטשוך בלויז אויף איין הענט,
פער פרטים ווי נאר זיי קימען אריין
זונטאג נובמבר 07, 2010 2:26 pm
מיום עמדי על דעתי האב איך זיך געוואונדערט פארוואס גרויזי ווייזט נאר איין האנט אויף זיין בילד, ענדליך ווייסן מיר, אוף די אנדערע האט ער א הענטשוך...
זונטאג נובמבר 07, 2010 2:54 pm
איך וויל נאכנישט ווייזן קיין איבערגעטריבענע עקסייטמענט, אבער עפעס וואס קוקט אויס גאר ערנסט דעוועלאפט זיך אין אישי, ווי עימיצער וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ אן אזיאנער שבטים אפשטאמיגע, האט צוזאמען מיט זיין חבר גאר וויכטיגע אינפארמאציע וואס קען פירן צו אינפארמאציע איבער דעם געזוכטן הענטשוך. זיין חבר האט נישט יעצט קיין קאנעקשאן, וועלן מיר ווארטן.
זונטאג נובמבר 07, 2010 3:02 pm
אין נאמען פון די חברי הקרעטשמע טוהן מיר אויסדריקן א הערצליכן דאנק פארן דבר יום און קלאסיפייד פארן נישט וועלן ארייננעמען דעם אנאנס!
זונטאג נובמבר 07, 2010 3:20 pm
ריכטיג דו פארזשאוועטע יוקאן דרייווער, לכבוד דעם האב איך טאקע זוכה געווען אז מעליאנאו טשעטיא האט מיך נארוואס געאימעילט א בילד פון די פארלוירענע הענטשוך אין וויליאמסבורג!!!
איך טריי אפצולאודען דעם בילד, איינער ווייסט וויאזוי מען לייגט דא ארויף בילדער?
זונטאג נובמבר 07, 2010 3:20 pm
טעסט
זונטאג נובמבר 07, 2010 3:23 pm
ירא הקהל וישפוט! דער הענטשוך אויפן פלאר אויף בעדפארד עוועניו צווישן פלאשינג און פארק!!!!
- עטעטשמענטס
-

- Meliono Parino 2.jpg (133.2 KiB) געזעהן געווארן 448 מאל
-

- Meliano Parino1.jpg (129.86 KiB) געזעהן געווארן 448 מאל
זונטאג נובמבר 07, 2010 3:30 pm
גרויזאמער האט געשריבן:
טעסט
יא ס'יז ארויפגעקומען!
-------------------------
יוש דו בטלן איינער, דיין האנט איז טאקע ארויפגעקומען אבער אהן דעם הענטשיך.
- עטעטשמענטס
-

- groizamer.jpg (28.17 KiB) געזעהן געווארן 441 מאל
זונטאג נובמבר 07, 2010 4:35 pm
גרויזאמער האט געשריבן:לויפנדיג נעכטן זונטאג ביי די מאראטן איז מיר פארלוירן געווארן א הענטשוך, אין די וומסב"ג געגנט, אויב געפונען רופט:.....
פרעגסט נאך פארוואס זיי האבן עס נישט געוואלט אריינלייגן?
זיי ווילן און קענען נישט דולדן קיינע שקרים! וואס שרייבסטו היינט 'נעכטן זונטאג'? ביי זיי - און אזוי אויך ביי אונז - איז נעכטן געווען שבת! שקרים זאלן אדווערטייזט ווערן אין אנדערע אויסגאבעס, נישט ביי אונז (דבר יום ביומו, קלעסיפיידס)!
זונטאג נובמבר 07, 2010 5:03 pm
האט נאכיינער באמערקט אז גרויזי טרייעט דא צו ספינען כאילו די מערעטאן איז געווען נעכטן - מיטוואך, ווען אין פאקט איזעס שוין פארגעקומען מיט איבער 2 וואכן צוריק דינסטאג?
זונטאג נובמבר 07, 2010 8:27 pm
אגב, יישר כח וויכי פארן רוקן דעם אשכול צום רחכטיגן פאלאץ
זונטאג נובמבר 07, 2010 11:45 pm
גרויזי, וויזוי מאכסטו אזא פאנט? ס'איז עמעיזינג!!!
מאנטאג נובמבר 08, 2010 12:24 am
זעסטע ווי ער קוקצעך אום נאר אויף די וואנזיניגע הענטשעך, בעת ווען אביסל ארויפציר ליגט נעבעך א לויפער (נישט מיט די ברייטע הוטן) און קאטשעט זיך פאר יסורים נאכ'ן כאפן א מאסיוון גליטש.... אייטטטשששששששששששש!
מאנטאג נובמבר 08, 2010 6:55 am
איך האב דעם הענט-שיך, אבער איך געב אים נישט אפ אפילו מיט סימנים. עס איז נישט קיין קונץ צו געבן סימנים דערויף נאכן זעהן אזעלכע קלארע קלאוז-אפ בילדער פון גרויזי'ס קאמערע