Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אנטדעקונג: דער גאנצע אמת איבער די אייוועלט קראך !!!

דאנערשטאג אוקטובר 14, 2010 11:05 pm

גרויזי האט געשריבן:גנבים!

יעצט גיי איך שרייען! עטץ קענטס ענק אנטון אויערן-שפיצערס טאמער עטץ ווילטס נישט הערן!

ווער האט זיך געגלייבט אז "ביי מיר האט דאס פאסירט"? אפאר יונגע שנאקעס זענען אריינגעקומען און צוגעכאפט מיין יושר'דיג-פארדינטע ניק "גרויזאמער"! איך וויל מיך נעמען שרייבן און שעלטן מיט מיין ניק, זעה איך אז - יא מער און נישט ווייניגער - עפעס עמיצער האט שוין אויסגעכאפט מיין ניק און זיך גענומען שרייבן דערמיט הוילע שטותים און קללות נמרצות! און איך? וואס בלייבט פאר מיר? צו נעמען עפעס א ניק ל'ניק און זיך פאררופן "גרויזי", נעבעך אויף אזא גרויזאמקייט.

א מין חוצפה דאס פונעם יונגערן דור!

איך זאג ענק, איך גיי איבערדרייען וועלטן ארויסצובאקומען מיין ניק פון די שווינדלערס. דאס טאר נישט און וועט נישט טאלערירט ווערן!

דער אויבער-חכם וואס האט געעפנט דעם ניק גרויזאמער אויף מיין נאמען, האט צייט 2 שעה און 15 מינוט זיך צו מעלדן צו מיר אין מיין צייטווייליגע גרויזי אישית און מיר שענקען בחפץ לב דעם ניק גרויזאמער און דעם פעסווארד.

און אז נישט? וואסער וועט זיך גיסן אויף די גאסן פון גאנץ היידפארק!

גרויזי האט געשריבן:און געדענקט גוט מיין לאזונג: גנבים גנבים, הגיע זמן, הגיע זמן פרידתכם, ואם אין אתם מאמינים, ואם אין אתם מאמינים, ראו ב'גרויזי שרותח!

צייטלעך האט געשריבן:קענענדיג גרויזאמער נאך פון חדר און ישיבה און ליינענדיג זיינע בויך וויי כסדר אויף קרעטשמע, בין איך שוין אינגאנצן צומישט.

מיר דאכצעך אז עס קומן גוטע צייטן דא אין הייד פארק..

גרויזי האט געשריבן:אפשר דעם פאלשער און בעטריגער גרויזאמער קענסטו, אבער נישט מיך! מיט מיר האסטו אין ישיבה קיינמאל נישט געלערנט!





גרויזאמער האט געשריבן:אקעי, הגיע זמן, עס איז געקומען די צייט ארויסצוגעבן דעם גאנצן אמת איבער דעם אזויגערופענעם "אייוועלט", ולא יכול גרויזאמער להתאפק, וויפיל איך האב פראבירט מיט אייזענע כוחות זיך איינצוהאלטן במשך די אלע יארן, ליידן און שווייגן, מוז די זאך יעצט קומען צו אן אפשטעל, ווייל עס איז כלו כל הקיצין.

דאס גאנצע אריבערגאנג צו אייוועלט איז מיר גלייך פון אנהייב געווען א מאדנע זאך, איך האב גלייך חושד געווען אז עפעס טיפערס ליגט דא באגראבן.

איידער איך וועל אריינגיין אין די דעטאלן, וועל איך בלויז ברענגען א תגובה וואס איך האב דאן געשריבן, יולי דעם 18'טער אין יארע 2006. - א קיימא לן פון 4 יאר צוריק.

דא האט איר א לינק:

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topi ... =11045#R_1

אההההההההההה. איינער האט זיך שוין מרחם געווען דא און געשריבן עפעס. איך האב נאכנישט דארט אריינגעטרעטן, -כ'מיין צוזאגן להשתקע שם- איינער איז דארט איינגעשריבן מיט מיין ניק. גיי ווייס ווער. איך האב נאר אפגעשטאט א קורצע באזוך צו מאכן א קל מלא רחמים און זעהנדיג די שמוציגע פאדאלאגע, געלע פינףאוןצוואנציגער באלבס, לעכער אין די שיטראק, ווייספארשטויבטע ווענט, אלטפארצייטישע באדעצימערן, קוויטשעדיגע הינדזשעס, און אפענע באטלעך פעינט. - האב איך זיך אויסגעדרייט און באשלאסן ליבערשט צו זיין היימלאז ווי מען זאל מיך נוצען אלס די יעניגע וואס די רוחות דארפן ארויפגיין אויף זיי בעפאר - און דערנאך- וואס מען מופט אריין אין א נייע דירה. בין איך ביזדערווייל נע ונד בין עמודי קרצ'מיא. אוקיי?


יעצט ווען איך קוק צוריק זעה איך אז חכם עדיף מנביא, את אשר יגורנו בא, יא, עס האט ווירקליך פאסירט וואס איך האב זיך דערשראקן.

טו מעיק א לאנג סטארי שארט: עס האבן זיך געדרייט דא אויפן הייד פארק קרעטשמע א שיינע פאר ניקס, קרעמער, יגר'ל, מאשקע, סאכדעס, צייטליך, ועוד. אין יענע צייטן האבן מיר זייער שיין פארברענגט אינאיינעם און הנאה געהאט.

איין שיינעם טאג איז ויקם מלך חדש, און געעפענט א אייוועלט, זיין ציל איז באמת געווען צו גנב'נען אונזערע ניקס. וויאזוי? אט הערט:

ער גייט עפענען א נייע אייוועלט, יעדער גייט באקומען א "אי" צום סוף, אזויווי פארצייטנס ווען מען פלעגט יעדעם רופן מיט א יוד צום סוף (נחבי בן ופסי וכו'). וויכי, גרויזי, מאשקי, סאכדי. בקיצור דער עולם וועט שוין פארגעסן דעם ארגינעלעם נאמען, און מען וועט ערנסט מיינען אז זיי הייסן מיט די יו"ד צום סוף.

ווען עס וועט זיך גוט איינגעבן - נאך א פיר יאר בערך - וועט ער זיך מאכן כאילו אייוועלט'ס סערווער האט געקראכט, און וועט צוריקקומען קיין הייד פארק און עפענען נייע ניקס - אלעס מיט די יו"דעלעך צום סוף, גרויזי, וויכי וכו', און יעצט - נאך א שיינע פאר יאר וואס יעדער איז שוין צוגעאוואוינט צו אזאלכע נעמען, וועט יעדער מיינען אז דער וואס שרייבט מיטן ניק גרויזי איז טאקע גרויזאמער.

מיט א שיינע פאר ניקס איז עס געגאנגען גרינג, אבער מיט אזאלכע ניקס ווי מאשקע וואס קיינער האט נישט גערופן מאשקי וואס טוט מען? קיין פראבלעם, מען שרייבט מאשקעלע, צייטעלעך, וכו', בקיצור ער האט אויסגעפירט, דער עולם מיינט ערנסט אז די תגובות פון די יודעלע'ך ניקס איז באמת געשריבן געווארן דורך די ארגינעלע ניקס.

דעם ריינעם אמת, אז א שיינע פאר ניקס פון אונז, ווי קרעמער, גרויזאמער, צייטליך ועוד האבן באלד איינגעזען דעם גרויסן חורבן און זיך בכלל נישט אריבערגעצויגן אהין, אזוי אז אונזערע ניקס זענען גענוצט געווארן שלא ברשותינו דארט במשך די אלע יארן, מיר זענען געבליבן דא אין הייד פארק און געווארט אז דער קראך זאל געשען, געשטאנען קאמפסגרייט, אז אין די מינוט די קראך געשעט נעמען מיר זיך צו שיסן תגובות על אפם ועל חמתם פון די אייוועלט גרינדער.

ס'הייסט ער האט אויסגעפירט אביסל אז אונזערע ניקס זענען "דארט" לכתחלה געגנבט געווארן, אזויווי מען זעט אין מיין אויבערשטע ציטוט.

אבער דא אין הייד פארק האבן מיר זיך געהאלטן פעסט די אלע יארן, מיר האבן קיינמאל נישט געשריבן אויף אייוועלט, עס איז ביי אונז געווען א אפגעפרעגטע זאך לכתחלה.

דער אייוועלט גרינדער האט געמיינט אז מישען עקאמפלישט, עס איז דורך פיר יאר, ער קומט דא אן און עפענט זיך ניקס, צום זאח, צייטטעלעך, מאשקעלע, וויכי, ער האט יעדעמ'ס ניק!.

אבער נישט מיט אונז!

מיר האבן זיך גענומען צו שרייבן תגובות רעכטס און לינקס מיט אונזערע אלטע ארגינעלע ניקס, און דער אייוועלט גרינדער זעט אז עס איז צרות.

ער עפנט א ניק גרויזי און שרייבט דערמיט!

אבער דער עולם וויל דאס פשוט נישט אפקויפן, וואס עפעס האט זיך יעדער געטוישט ניק? עס עקזיסטירט דאך א געהעריגע צייטליך ניק אויף הייד פארק, וואו איז ער? פארוואס דארף ער עס אזוי פאני ספעלן? וכן במאשקע, גרויזאמער.

זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, זיין גאנצע 4 יעריגע הארעוואניע איז געגאנגען לטמיון, האט ער בלית ברירה געמוזט אפטראגן צוריק קיין אייוועלט, קנאפע 2 שעה נאכן ערשיינונג פונעם ניק "גרויזי" הערט מען די ידיעה אז א "צייטווייליגע" אייוועלט פארום האט זיך צוריקגעעעפנט.

עס קען מיינען אז ער וויל דער עולם זאל זיך בארואיגן א 2 3 וואכן, און נאכדעם וועט ער מעלדן "מען מוז צוריקגיין קיין הייד פארק", און ווידער אנהייבן מיט זיין ניק גניבות. און כדי עס צומאכן אויסזען ווי דער קראך איז "באמת" געשען, מאכט ער אזא "פראוועזארישער" סייט, ווייל די ארגינעלער סייט איז דאך כלומרש'ט דערנאך.

אדער קען זיין אז ער וויל באמת צוריקגיין דארט נאכן זעהן זיין וויסטע מפלה, און ער פראבירט צו עקטן כאילו עס איז באמת געשעהן די קראך.

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין וויל איך דא מעלדן, אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן אויף אייוועלט, נישט איך, נישט מאשקע, נישט קרעמער, נישט יגר'ל, נישט צום זאך, און די ליסטע איז ריזיג. די אלע ניקס דארט זענען געגנבט געווארן פון אונז.

און איך פלאן ווייטער נישט צו שרייבן אויף אייוועלט, איך בלייב דא אויף הייד פארק, און וועל זיין דער לעצטער איבערגעבליבענער צוצושפארן די טיר דא!





גרויזי האט געשריבן:דער פעלשער האט נישט גוט נאכגעקוקט די פאקטן. מאשקע האט דא אויף היידפארק קיין ניק קיינמאל געהאט! פינטל! נעקסט טיים דו ווילסט אפטון אזא מיאוס'ן שטיקל, פרעג דיך בעסער נאך און מאך זיכער אז אלעס שטינקט מיט'ן מציאות.

אגב, האסט נאך 19 מינוט מיר אריינצושיקן דעם אישית אויף וואס איך ווארט.




גרויזאמער האט געשריבן: 4 יאר צוריק ווען דו האסט מיך טערארעזירט אין אישית אז איך זאל קומען אויף אייוועלט ביז "2 שעה" און אויב נישט עפנסטו א גרויזאמער ניק דארט, האב איך מיר אויך ווייניג דערשראקן, די הנהלת הייד פארק זענען די איזרעליס מיט די טינטעט גלעזער וואס מען זעט ביי די מחאות דארט, אז דו ווילסט זיך אנהייבן מיט זיי כל הכבוד, אבער קום נישט נאכדעם זאמלן קיין געלט אז מען בריט דיך אפ דיין האנט.

טעראר האט געהאלפן ווען בעדפארד עוו. איז געווען א 2 וועי סטריט.



גרויזי האט געשריבן:ר' איד, וואטעווער יור ריעל נעים איז, דארפסטו אבער וויסן אז בעדפארד עוועניו איז נאך אלץ א טו-וועי סטריט! די ....... חסידים גייען אויף איין זייט, און די ....... גייען אויף די אנדערע זייט!

און איך זאג דיר נאכאמאל, פאר דו שרייבסט עפעס מיט דיין גרויסן מויל, קודם מאך זיכער אז ס'שטימט מיט די פאקטן.

ווייסטו וואס, גלייב מיר נישט, גיי קוק אליינס. גיי נאך א חתונה און זאג מיר צי מ'דרייווט טאקע נאר אויף איין זייט פונעם גאס.

Advertisement

מאנטאג יוני 02, 2014 4:10 pm

אזוי ווי איך האב זייער געלאכט דא, לייג איך אריין א סמיילי לתועלת הרבים. :grin:
שרייב א תגובה

Advertisement