בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 12:59 pm
דורך קרעמער
איך קווענקל צי איך זאל אויך שרייבן אז איך ווארט אויפן פארזעצונג, אדער זאל איך זיין פון די 50 אנדערע וואס האבן הנאה...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:00 pm
דורך שמערי בערי
פונקטליך האט געשריבן:נ.ב.
מיר ווארטן נאך אז איינער זאל זיך מרחם זיין און מאכן א PDF פון די צווייטע העלפט פון "בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן" און עס צוזאמשטעלן מיטן ערשטן חלק, ווי אויך א PDF פונעם צווייטן פארזעצונג "מאמע ראטעווע מיך"
מיר האבן ב"ה דא גענוג וואס קענען צושטעלן א שיינעם PDF ,זאל זיך איינער מתנדב זיין דאס צו מאכן ותבוא עליו ברכה

כ'האב עפעס, לאמעך אויפמישן מיינע ארכיוון...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:06 pm
דורך פונקטליך
יא שמערי, אויף דיר האבעך געווארט, כ'האב נאר נישט געוואלט זאגן דיין נאמען...

האסט כאטש צוגעלייגט א אמעריקאנער קאמפס העליקאפטער צום בילד אויפן דעקל?

וועלכע פארזעצונג האסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:07 pm
דורך שמערי בערי
די צווייטע חלק פון ר' בנימין האב איך זיכער.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:12 pm
דורך פונקטליך
אויב מ'מעג בעטן עס צוזאמשמעלצן מיט די ערשטע און ארויפלייגן

יישר כוח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:13 pm
דורך שמערי בערי
נאר אויב אב זקן זאגט מיר קלאר אז ער וועט שרייבן נאך א פארזעצונג...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:32 pm
דורך ווינקל
קרעמער האט געשריבן:איך קווענקל צי איך זאל אויך שרייבן אז איך ווארט אויפן פארזעצונג, אדער זאל איך זיין פון די 50 אנדערע וואס האבן הנאה...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:35 pm
דורך אב זקן
די ענין איז אזוי. איך קלער צו איך זאל קודם אפשרייבן די גאנצע פארזעצונג (ארום 6-8 פארזעצונגען) אדער זאל איך קודם ארויפשטעלן וואס איך האב.
אויב שרייב איך אפ די גאנצע האט עס א שטיקל מעלה אז איך בין פארזיכערט אז איך וועל זיך נישט אפשטעלן און נישט לאזן דעם עולם הענגען. אויב שרייב איך שטיקל ביי שטיקל קען איך שוין אנפאנגן ארויף צולייגן אבער ווער ווייסט וואס נעקסטע וואך וועט זיין און צו איך וועל נאך שרייבן. איך וויל זייער נישט לאזן דעם עולם שטעקן אינמיטן א זאך.
דאס איז מיין קלער יעצט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 1:40 pm
דורך פונקטליך
ווי איז דער דאיען??

כ'מיין זאלסט קודם אנהייבן צו לייגן און ס'וועט שוין זיין א שטיקל שעבוד צוריקצוקומען און דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.

אויך אזוי וועט שמערי שוין לייגן די PDF...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 2:05 pm
דורך ווינקל
אב זקן האט געשריבן:די ענין איז אזוי. איך קלער צו איך זאל קודם אפשרייבן די גאנצע פארזעצונג (ארום 6-8 פארזעצונגען) אדער זאל איך קודם ארויפשטעלן וואס איך האב.

פרעגסט מיר? לייג ארויף וואס דו האסט.
אב זקן האט געשריבן:איך וויל זייער נישט לאזן דעם עולם שטעקן אינמיטן א זאך. איך בין פארזיכערט אז איך וועל זיך נישט אפשטעלן און נישט לאזן דעם עולם הענגען.

זייער פיין!
כה לחי!
וואו איז דער קעפל?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 8:09 pm
דורך אב זקן
זיך צוגעהערט צום געבעט. ליינט מיט הנאה די נייע פארזעצונג "די בינטל שליסלעך אין אומגעוואונטשענע הענט" viewtopic.php?f=3&t=13082

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 27, 2011 5:03 pm
דורך פונקטליך
כאן המקום להודות לידידינו היקר אב המון וזקן האבות המשקיע כוחותיו היקרים להינות בני אדם ה"ה הניק "אב זקן" נרו יאיר, לרגל סיום סיפור המפתחות,
כשם שסיימת... כן תזכה... אמן!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 4:34 pm
דורך גלגלשלג
אב מיר זענען רעדי פאר נאך איינס