בלאט 1 פון 1

אנקעטע - טוט איר אין חסידות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 10:48 pm
דורך זיס
טוט איר אין חסידות?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:19 am
דורך over night kugel
א גיטן רב זיס דיינע אנקעטעס זענען זייער שיין אבער ביטע ברייטער עס מער ארום מיט דאנק

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 2:45 am
דורך זיס
לכבוד ר' אויבער נייט קוגל האב איך אויסגעברייטערט דער אנקעטע, אבער צו מיין שאק האב איך באמערקט אז אלע שטימען זענען אוועקגעפאלן.

איך בעט דעריבער דער ציבור זאלן וועלן פון פריש.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 11:32 am
דורך פאטאקי08
over night kugel האט געשריבן:א גיטן רב זיס דיינע אנקעטעס זענען זייער שיין אבער ביטע ברייטער עס מער ארום מיט דאנק

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 11:49 am
דורך אלף בית
ר' זיס. מזעהט אויך דיר אז די בוזט נישט קיין סאטמאר'ער.

אויף די אפשען וואס דו גיבסט "נשתכחה תורת הבעש"ט". וואס דו מיינט לכאורה דאס וואס רביה"ק מ'סאטמאר שרייבט אינעם ויוא"מ דרך הבעש"ט נשתכח לגמרי.
דער רבי שרייבט דאס ווארט "דרך" דער בעש"ט הק' האט געהאט א דרך וואס איז שוין היינט נישטא.
תורת הבעש"ט איז ווער עס לערנט חסידישע ספרים קען עס און ווער נישט נישט. און עס לערנט און חזר'ט נישט, פארגעסט.
עס איז קלאר אז דער רבי פלעגט נאכזאגן חסידישע שטיקלעך און פארלאנגט אז די בחורים זאלן לערנען חסידישע ספרים.

(דער רבי שרייבט נאכדעם, אז ווען משיח וועט קומען יתגלה תורת הבעש"ט, דאס מיינט נישט אז ביז דעמאלט דארף מען עס נישט לערנען. נאר די פנימיות וואס ליגט אין די הייליגע תורות וואס מיר זענען נישט זוכה צו פארשטיין)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:42 pm
דורך זיס
למעשה זענען פאראן צוויי טפשים וואס האבן געשטימט אויף דעם. קוקט אויס אז נישט אלע לערנען אפ דער נשתכחה אזוי ווי דיר.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 6:10 pm
דורך קרעמער
זיס האט געשריבן:למעשה זענען פאראן צוויי טפשים וואס האבן געשטימט אויף דעם. קוקט אויס אז נישט אלע לערנען אפ דער נשתכחה אזוי ווי דיר.

אזוי רעדט איינער וואס האלט זיך פאר אן ערפארענער אנקעטע נעמער?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 1:36 am
דורך שמערי בערי
יא ווייל אז מ'פרעגט ווי א טיפש ענטפערט מען ווי א טיפש, ניין? (נאטינג פערסאנעל, די טינט פון מיין פעדער האצעך אויסגעגאסן און ס'האט גרינען ביז ווערטער האבן זיך אויסגעפארעמט, נישט איכאבעס געטון)

געשריבן: זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:22 am
דורך להודיע
געשטימט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:26 am
דורך שפיץ
איך קוק די ווידיו פין דער חב"ד קאנוענטשאן...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 15, 2015 12:12 pm
דורך סאדאם חוסעין
די שאלה איז וואס עס מיינט חסידות, צו קבלה אדער חסידושע ספרים יעדער רופט אן חסידות עפעס אנדערש.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 29, 2015 4:47 pm
דורך ברעסלאבער
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די שאלה איז וואס עס מיינט חסידות, צו קבלה אדער חסידושע ספרים יעדער רופט אן חסידות עפעס אנדערש.

די האסט לכאורה געשטימט טאקע פאר נישט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:20 pm
דורך מענטשעלע
ליידער ליידער היינט ווייסט שוין קיינער נישט וואס מיינט חסידות

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:36 pm
דורך סאדאם חוסעין
נשתכחה מה היה בכלל תורת הבעש"ט, אזוי ווי די ראפשיצער האט געוואלט אז מען זאל זיך דינגען א פיאקער און ארום פארן ווערן מגידים.