בלאט 1 פון 53
מזל טוב
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 12:34 pm
דורך 3x0
דא קען מען ווינטשען מזל טוב פאר די חברי הקרעטשמע ווען זיי האבן א שמחה.
איך האב געזען און
חדשות אנש אז איינער גיט א מזל טוב פאר קעכער פאר זיין נייע מיידעל בעבי, איך שטעל מיך פאר אז עס איז די זעלבער
קעכער וואס האט זיך אויפגעסיינט ביי אונז אין קרעטשמע, און מן הסתם ווייל ער איז געווען ביזי מיטן איינקויפן די נייע בעבי האט ער נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן, וועל איך אים אנווינטשען אז ער זאל זען אסאך נחת ביי די קינד און ביי אלע אנדערע (אויב ער האט, און אז נישט זאל ער האבן) געזונטערהייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 10:17 am
דורך איך פרוביר
מזל טוב אויב עס איז דער זעלבער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 11:26 am
דורך סאכדעס
זיי ווילן דאך אנקומען צו 15 הונדערט תגובות היינט, העל איך ווואונטשן דעם קעכער מזל טוב, די עגפעלנט פאמעדזשאן (וועא"מ) נעכטן איז גאנץ גוט געווען.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 11:55 am
דורך 3x0
איך זעה אז קעכער איז יעצט דא, ביסטו טאקע דער קעכער וואס איז געהאלפן געווארן מיט א מיידעל?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:06 pm
דורך קעכער
יא, אבער נישט די יאר
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:08 pm
דורך קעכער
סאכדעס האט געשריבן:זיי ווילן דאך אנקומען צו 15 הונדערט תגובות היינט, העל איך ווואונטשן דעם קעכער מזל טוב, די עגפעלנט פאמעדזשאן (וועא"מ) נעכטן איז גאנץ גוט געווען.
כ'האב פרובירט א נייעם רעסעפי.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:54 pm
דורך סאכדעס
קעכער האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:זיי ווילן דאך אנקומען צו 15 הונדערט תגובות היינט, העל איך ווואונטשן דעם קעכער מזל טוב, די עגפעלנט פאמעדזשאן (וועא"מ) נעכטן איז גאנץ גוט געווען.
כ'האב פרובירט א נייעם רעסעפי.
דו באציסט זיך צו די נעכטיגע? דאס מיינט אוגוסט דעם דריטן, אדער דו רעדסט פון יולי דעם זיבן און צוואנציגסטער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 2:14 pm
דורך קעכער
דער דיין דארף נישט זיין אזוי אריינגעטון אינעם עסן, וואס איז א נפקא מינא ווען ס'איז געווען דער עיקר אז דער דיין זאל האבן כח צו ענטפערן שאלות.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 2:27 pm
דורך סאכדעס
קעכער האט געשריבן:דער דיין דארף נישט זיין אזוי אריינגעטון אינעם עסן, וואס איז א נפקא מינא ווען ס'איז געווען דער עיקר אז דער דיין זאל האבן כח צו ענטפערן שאלות.
יאך בין דאך נישט דער דאיען, דער עיקר זאלסט האבן פיל נחת.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 9:27 pm
דורך פענסטער
מזל טוב קרעמער צום געבורטסאטג פון דיין קריינדעלע, צום אידישען דאטום בין איך שוין היבש שפעט אבער צום ענגלישען איז עס נאך גאנץ צייטליך.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 9:46 pm
דורך גרויזאמער
דו מיינסט מן הסתם מירעלע, ווייל קריינדעלע איז ערגעץ אינמיטן כסליו
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 4:20 pm
דורך סאכדעס
גרויזאמער כ'קלער אז דו האסט א טעות.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 4:22 pm
דורך פענסטער
נו זעכער האט ער א טעות, דאן ווען קרעמער האט געמאלדן די ערשטע מאל איבער די יום הולדת פון זיין קריינדעלע האט ער זיך נאך ניטאמאל געדרייט דא אין קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 6:44 pm
דורך קרעמער
קעכער האט געשריבן:דער דיין דארף נישט זיין אזוי אריינגעטון אינעם עסן, וואס איז א נפקא מינא ווען ס'איז געווען דער עיקר אז דער דיין זאל האבן כח צו ענטפערן שאלות.
דו קענסט דעם דיין פערזענליך?
חחח חאחאחא
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 6:47 pm
דורך קרעמער
פענסטער האט געשריבן:מזל טוב קרעמער צום געבורטסאטג פון דיין קריינדעלע, צום אידישען דאטום בין איך שוין היבש שפעט אבער צום ענגלישען איז עס נאך גאנץ צייטליך.
ברוכים תהיה,
איך האלט נישט קיין חשבון אויף די ענגלישע דאטומס, צום אידישן ביסטו גאנצע צוויי וואכן שפעט (בערך).
אגב, עס האט מיר גענומען אפאר מינוט צו כאפן וואס די רעדע איז, ווייל כמובן פארמאג איך נישט קיין 'קריינדעלע' אין שטוב, עס איז בלויז א ניק...
----------
א הערצליכן מזל טוב פאר איינעם פון די חברי הנהלה פון די קרעטשמע, צוליב די בעפארשטייענדע געבורטסטאג זיינע, זאלסטו טאקע קענען אנציען נאך 95 יאר! (בערך)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 7:39 pm
דורך 3x0
גאנצע, אדער בערך?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 7:40 pm
דורך יאנאש
וואס פרעגסטו, איך הער נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 7:44 pm
דורך 3x0
קרעמער שרייבט,
איך האלט נישט קיין חשבון אויף די ענגלישע דאטומס, צום אידישן ביסטו גאנצע צוויי וואכן שפעט (בערך).
פרעג איך אויף דעם,
צוויי גאנצע וואכן? אדער בערך צוויי וואכן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 7:45 pm
דורך יאנאש
אה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 10:00 am
דורך סאכדעס
מזל טוב פאר פענסטער פאר די געבורט פון זיין אינגעלע למז"ט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 4:45 pm
דורך פענסטער
קרעמער האט געשריבן:פענסטער האט געשריבן:מזל טוב קרעמער צום געבורטסאטג פון דיין קריינדעלע, צום אידישען דאטום בין איך שוין היבש שפעט אבער צום ענגלישען איז עס נאך גאנץ צייטליך.
ברוכים תהיה,
איך האלט נישט קיין חשבון אויף די ענגלישע דאטומס, צום אידישן ביסטו גאנצע צוויי וואכן שפעט (בערך).
אגב, עס האט מיר גענומען אפאר מינוט צו כאפן וואס די רעדע איז, ווייל כמובן פארמאג איך נישט קיין 'קריינדעלע' אין שטוב, עס איז בלויז א ניק...
די ניק האסטו איר געגעבן פאריאר, איך מאך נישט אליינס אויף קיין ניק'ס פאר יענעם.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 6:56 pm
דורך קרעמער
איך ווייס אז איך האב איר/אים געגעבן די ניק, אבער איך האב שוין וויכטיגערע זאכן פון דעם פארגעסן במשך די פארלאפענע יאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 9:42 pm
דורך סאכדעס
וואס נעבעך? די פעסווארד פאר די ניק?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 10:15 am
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:וואס נעבעך? די פעסווארד פאר די ניק?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 10:45 am
דורך סאכדעס
נאר'לע אז כ'נוץ דיין ווארט בילכער פארגינסטע מיר א גרינע מענטשעלע? שערקויעך.