גריסן און שמועסן
פרייטאג ספטמבר 22, 2006 12:26 pm
מזל טוב קרעמער פארן אפשערען,
Advertisement
זונטאג ספטמבר 24, 2006 10:20 pm
אה קרעמער האסט מיך פונקט דערמאנט.
אין די טעג שעהר איך אויך אפ מיין דריי יעריג אינגעלע קיינעהארע, אויך געבוירן אין די וואך פון ר"ה דריי יאר צוריק. וואספארא גוטע ווינטעלע האט דאן געבלאזן.
זונטאג ספטמבר 24, 2006 11:23 pm
מעסטערמיינד האט געשריבן:מזל טוב קרעמער פארן אפשערען,
ברוכים תהיה.
מיר האבן שוין נישט איבערגעבליבן קיין פעקעלעך, קענסט אריינגיין אין גראסערי איינקויפן א פאטעיטא טשיפ מיט א קענדי אויף מיין חשבון.
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 1:12 am
ברוכים תהיה אי"ה ביי ענק אויף שמחות גרינגער הייט מיט נחת און פרייד
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 10:17 am
קרעמער;
מזל טוב, איך האב פרובירט אויפצושרייבן אין מיין גראסערי אויף דיין חשבון, דער גראסערי מאן האט עס נישט געשמעקט, זעהט אויס אז דו האסט צו א גרויסן ביל.
שוועמל;
מזל טוב, זאל איך ברובירן אויף דיין חשבון?
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 11:59 am
יאנאש;
דאס איז געווען ווייל דו האסט פרובירט קויפן א ביר, און דער גראסערי מאן פארקויפט נישט פאר מינדעריעריגע (נאר ציגארעטלעך, זעה אויף דיין בילד).
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 12:08 pm
ווער רעדט דא פון ביר?
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 12:31 pm
איך.
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 12:51 pm
אה איך האב נישט באמערקט.
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 1:04 pm
ניין יאנאש, ברויכסט נישט אויפשרייבן, איך האב נאך פעקלעך
שיק דיינע קינדער וועלן זיי באקומען.
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 1:10 pm
שטייסט נאך ביי די טיר?
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 8:07 pm
דו רעדסט צו מיר?
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 9:29 pm
יא, אויף דיין בילד זעהט אויס ווי די שטייסט ביים טיר, פרעג איך אויב דו ביזט נאך דארט.
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 9:49 pm
שוועמל;
האסטו גענומען די בילד פון "אשכול ה'נשמה'לעך"?
חחח
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 10:30 pm
יא יאנאש איך בין נאך דארט.
און דו ביסט נאך אלץ אין שויער?
מאנטאג ספטמבר 25, 2006 10:32 pm
ניין קרעמער, גוגל האט מיר עס ערלעדיגט מיט גרויס פראטעקציע פרעג נישט וואס איז געווען..
וואו איז דער 'אשכול הנשמהלעך' פון וואס דו רעדסט?
דינסטאג ספטמבר 26, 2006 8:34 am
אשכול הנשמה'לעך איז אן אלט אשכול אויף "חדשות אנ"ש" אין היידפארק, מיט בילדער פון אלע ספעציעלע נשמה'לעך.
דינסטאג ספטמבר 26, 2006 6:29 pm
איינער געדענקט נאך ווי אזוי די אשכול הייסט, טאמער נישט גיי איך דערמאנען ס'הייסט מזל טוב, און יעצט מאכט זיכער ס'זאל נישט פארפארן ווייטער, שכוח.
מיטוואך ספטמבר 27, 2006 10:36 am
מזל טוב קנאי
מיטוואך ספטמבר 27, 2006 2:25 pm
קנאי, מ'מעג וויסן ווען די וואכנאכט גייט זיין, אדער דו האסט מורא פאר גילו?
מיטוואך ספטמבר 27, 2006 2:37 pm
קנאי, מזל טוב.
ממנו יגר'ל,
מיטוואך ספטמבר 27, 2006 8:47 pm
גר'ל ת"ט
'ממני' שוועמל'על
מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:04 pm
מז"ט דזשובוי און מז"ט קנאי.
מיטוואך נובמבר 15, 2006 12:42 pm
מיט גרויס שמחה מעלד איך פאר מיינע חשובע קרעטשמע חברים, אז עס קומט זיך מיר א מזל טוב לרגל הולדת בני ני"ו.
מיטוואך נובמבר 15, 2006 12:47 pm
מזל טוב, דער אייבישטער זאל העלפן אז די זאלסט זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע אנדערע געזונטערהייט.