Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:20 am

סאכדעס האט געשריבן:נאר'לע אז כ'נוץ דיין ווארט בילכער פארגינסטע מיר א גרינע מענטשעלע? שערקויעך.


סי נישט דאס ערשטע מאל וואס גיב דיר איינס (במחשבה או במעשה...)

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:25 am

סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:31 am

מזל טוב אנע דעטאלן. מעגסט ארויפקומען אויף גוגל.

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:32 am

גרויזאמער האט געשריבן:סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)



ער איז געווארן בר מצוה

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:35 am

חחחחחחחחח חאחאחאחאחאחא

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:37 am

קהל'ס נאר האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)



ער איז געווארן בר מצוה


חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
נאר'לע נאדיר. ;l;p-
כדענק נישט כ'זאל אמאל אזוי לאכן פון דיר.

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:49 am

סאכדעס האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)



ער איז געווארן בר מצוה


חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
נאר'לע נאדיר. ;l;p-
כדענק נישט כ'זאל אמאל אזוי לאכן פון דיר.


איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו. האלט דיר דעם גרינע מענטשעלע

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 1:57 pm

קהל'ס נאר;

;l;p-

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 5:29 pm

קהל'ס נאר האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)



ער איז געווארן בר מצוה


חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
נאר'לע נאדיר. ;l;p-
כדענק נישט כ'זאל אמאל אזוי לאכן פון דיר.


איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו. האלט דיר דעם גרינע מענטשעלע


כאב נישט געוואוסט ביז היינט די טייטש אויף המאבד.

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 5:45 pm

סאכדעס האט געשריבן:וואס נעבעך? די פעסווארד פאר די ניק?


:wink:

מיטוואך אוגוסט 09, 2006 5:46 pm

p:2
אזאנס העט איך ערווארטעט.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 12:33 pm

קול רנה וישועה באהלי צדיקים...

מיט גרויס פרייד נעמען מיר אויף די בשורה טובה אז דער קעניג פון היידפארק מו"ה JEWBOY נר"ו איז געווארן א טאטע !

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=2029560

ליינט אונזער מזל טוב דארטן.

זונטאג ספטמבר 03, 2006 1:22 pm

מזל טוב JEWBOY, דער אייבישטער זאל העלפן אז די זאלסט זעהן אסאך נחת, און די זאלסט געבענטשט ווערן מיט אלע גוטע זאכן.

מאנטאג ספטמבר 04, 2006 2:34 am

גרויזאמער האט געשריבן:סקומט זיך מיר א מזל טוב!

(איך קען נישט שרייבן קיין דעטאלן)


מזל טוב דער אויבישטער זאל העלפען אז די זאלסט עס אינזשויען ביז די הינדערט און צוואנציג אן קיין דיטעלאן

מאנטאג ספטמבר 04, 2006 5:39 pm

כ'שפאציר אביסל ארום אין די אלטע הייד פארק געגנט, מערק איך אז דער מנהל דארט איז ב"ה געהאלפן געווארן מיט זרע של קימא, נאכן זיך מוטשען א לענגערע תקופה. איז ערשט וויל איך אים וואונטשן א הארציגן "מזל טוב", און מצרף זיין ברכתי, ברכת הדיוט, צו די פילע וואונטשערס, אז ויה"ר שיזכה לרוות ממנה ומכל יוצ"ח רוב נחת דקדושה עביגוא"צ בב"א.

דערנאך וואלט איך געוואלט ארויסברענגען נאך אן אינטערסאנטע נקודה, בשייכות צו וואס דא איז פארלאפן. אני הקטן, המכונה בשם זארעכפעפער, האב נישט קיין אנונג ווער דער הרב 'דזובוי' איז, און נאכמער איך האב קיינמאל נאכנישט געשריבן אין זיין פורום חדשות אנש, נישט בימים ההם... און נישט בזמן הזה..., אבער אזויפיל יא, זיינעדיג א הייד פארק צוקוקער פון דער זייט, האב איך - ווי פיל אנדערע - מן הצד שטארק אויסגעלויבט זיין קלוגן שריט וואס ער האט געטון גענוי מיט א ניין חדשים צוריק, מיטן פארשפארן די טיר פון זיין פורום פאר די אלע בעלי...

ומי יודע אם לא בזכות זה...

דינסטאג ספטמבר 05, 2006 5:53 pm

מזל טוב דזובוי, דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע ברכות וואס מ'האט דיר געווינטשען זאלן מקוים ווערן, און זאלסט זעהן פיל נחת פון די שעפעלע געזונטערהייט עמו"ש.

מיטוואך ספטמבר 06, 2006 6:47 pm

א גרויסן שכויח פאר אלע ווינטשער'ס, סיי וואו נאר.

איר זאלט אלע האבן וואס איר דארפט און בקרוב. און מ'זאל הערן אייביג נאר שמחות
צום ווידער זעהן..

(כ'האב נישט געהאט מיין פעסווארד פון דאהי, וועגען דעם האב איך גענטפערט אזוי שפעט, ואתכם הסליחה)

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 7:24 pm

עס קומט מיר א מזל טוב א בעבי איז געבארען ביי די משפחה איך וויל איר זאלט זיך אלע מיטפרייען מיט מיין שמחה

------------------
אין די אלטע קרעטשמע האב איך געהאט פארשידענע ניק'ס און איך האב מיך געווינטשען מיט מיין ניק שני צו מיין ניק שלישי ווייל איך האב מורא געהאט אויף גילו אבער אזוי וואו איך האב היינט באגעגענט אינעם שבת שטוב פינעם שפיטאל כמעט א גאנצע מנין סליחות 8 היימישע חסידישע אידען האב איך נישט דאס מאל מורא פאר גילו האב איך נישט געעפענט קיין נייע ניק.

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 7:38 pm

מזל טוב מזל טוב, זאל זוכה זיין אים צו מגדל זיין לתורה לחופה ולמעש"ט, און זאלסט זעהן נחת פון אים און אלע איבריגע עז וועל.

------------------
זאלסט מיר אמבאדינגט שיקן אין אישית, וואו און ווען די וואך נאכט גייט פאסירן, און זאלסט זיכער מאכן נישט אנצוגרייטן לאקס-הערינג משום מעשה שהיה.

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 7:41 pm

קנאי,

מזל טוב.

-------------------------------------
יאנאש,

איך מעג וויסן די מעשה?

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 7:58 pm

מזל טוב קענאו,
זאל דער אייבישטער העלפען אז אלעס וואס מ'האט און מ'גייט דיר אנווינטשען זאל מקויים ווערן.

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 8:05 pm

מזל טוב קנאי, זאלסט זוכה זיין צו מגדל זיין מתוך אושר ועושר ורב נחת דקדושה ביז הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט.

BTW האסט שוין געוואונטשן מיט דיינע אנדערע ניקס ..?

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 8:07 pm

זשובוי , פאר דיר האב איך שוין געוואונטשן אין חדשות אנש..
אויך ווייל איך האב מורא פאר גילוי....

דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 9:54 pm

מזל טוב קנאי, איך זע נאכנישט פון דיין תגובה צו די נייע בעיבי איז צו דיר געבוירן געווארן, אדער צו איינעם פון דיין משפחה, און צווייטנס, ווייס איך נישט, א יונגל אדער א מיידל, דער עיקר איז, דער אייבישטער זאל העלפן אז די שמחה זאל משפיע זיין נאך שמחות ביי דיר און ביי אלע יודישע קינדער, און די עלטערן זאלן זען אסאך נחת, פון דאס קינד און פון אלע קינדער, אמן.

פרייטאג ספטמבר 22, 2006 10:37 am

מזל טוב קנאי;

השי"ת זאל העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אים מכניס צו זיין לבריתו של אברהם אבינו ע"ה בעתו ובזמנו, און אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים, מתוך שמחה ונחת פון אים און אלע אנדערע, מיט די בני בית אינאיינעם געזונטערהייט, עד מאה ועשרים שנה.

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט יאר.

-----
טאקע גענוי דריי יאר צוריק, איז אויך די ערשטע נאכט ראש השנה אויסגעפאלן אום שבת, האב איך טאקע דאן אפגעראכטן א שלום זכר פאר מיין אינגל ני"ו (וועמען איך האב די וואך אפגעשוירן ב"ה).
שרייב א תגובה

Advertisement