Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יוני 12, 2013 5:01 pm

מכטי, מזל טוב זאלסטע זעהן אסאך נחת... דו וועסט טרינקן א גלעזל ביר ביי דיר און איך ביי מיר לכבוד די שמחות...

Advertisement

מיטוואך יוני 12, 2013 5:36 pm

מזל טוב מכטי! זאלסטו זען אסאך אידיש נחת פון אים און פון אלע אנדערע קינדער געזונטערהייט.

נו אפשר ברענגסטו אהער דעם זכור קיין אמעריקע? וועסט עס מאכן אינאיינעם מיט וויכי.. ס'וועט זיך דיר לוינען ווייל וויכי וועט באצאלן פאר ביידע...

מיטוואך יוני 12, 2013 5:37 pm

גיימער אריבער צו א מנין מעריב ביי מכטי.....

מיטוואך יוני 12, 2013 5:43 pm

מעריב איז טו לעיט, אפשר א שחרית קעמער נאך כאפן.. ווען איז די נעקסטע פלייט?

מיטוואך יוני 12, 2013 5:54 pm

ידיד האט געשריבן:מעריב איז טו לעיט, אפשר א שחרית קעמער נאך כאפן.. ווען איז די נעקסטע פלייט?

מזל טוב מעכי!

ידיד שכח פאר די בריוו אין די "פאון בוק". נעקסטיים דארפסטו נישט גיין פערסענעל!!

מיטוואך יוני 12, 2013 5:57 pm

וואס? וואו? ווען? ווער? וויאזוי? וועלכע? וויפיל?

מיטוואך יוני 12, 2013 6:15 pm

ידיד האט געשריבן:וואס? וואו? ווען? ווער? וויאזוי? וועלכע? וויפיל?

וואס?
א בריוו!

וואו?
אין די נייע פאון בוק

ווען?
אלץ

ווער?
דו

וויאזוי?
געדריקט

וועלכע?
די שטרענגע

וויפיל?
איינ'ס

וואס נאך וויסלסטו וויסען?

(כ'האב נישט קיין סקענער יעצט, אז איינער האט, זאל ער קוקען אין בלאט (נד"צ) 1399, און עס ארויף שטעלען אהער!)

מיטוואך יוני 12, 2013 6:28 pm

ב"ה מען הערט שוין א דריטע שמחה דא ביי אונז אין קרעטשמע די וואך.

מזל טוב מכטי, דער בוית"ש זאל דיר מזכה זיין להכניסו בבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו, ותזכה לגדלו לתורה ועבודה, ולמעשים טובים ומדות טובות, ביראת ד' טהורה, זאלסט זוכה זיין צו האבן פון איהם און פון אלע קינדער נחת דקדושה, דער בוית"ש זאך דיר העלפן זיי מגדל זיין בניקל, במנוחת הגוף והנפש, ובשמחת הגוף והנפש, בישוב ובבהירות הדעת, בעושר ובכבוד, בשלו' ובשלוה בהשקט ובבטחה.

מיטוואך יוני 12, 2013 6:42 pm

וואוי, מזל טוב מזל טוב, זאלט עטץ אלע זוכה זיין צו מגדל זיין די קינדער לתורה ויראת שמים ולחופה ולמעש"ט.

מיטוואך יוני 12, 2013 7:14 pm

טייבעלע האט געשריבן:ב"ה מען הערט שוין א דריטע שמחה דא ביי אונז אין קרעטשמע די וואך.


למעלה משבעים האט געשריבן:וואוי, מזל טוב מזל טוב, זאלט עטץ אלע זוכה זיין צו מגדל זיין די קינדער לתורה ויראת שמים ולחופה ולמעש"ט.

מיטוואך יוני 12, 2013 8:27 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:וואס? וואו? ווען? ווער? וויאזוי? וועלכע? וויפיל?

וואס?
א בריוו!

וואו?
אין די נייע פאון בוק

ווען?
אלץ

ווער?
דו

וויאזוי?
געדריקט

וועלכע?
די שטרענגע

וויפיל?
איינ'ס

וואס נאך וויסלסטו וויסען?

(כ'האב נישט קיין סקענער יעצט, אז איינער האט, זאל ער קוקען אין בלאט (נד"צ) 1399, און עס ארויף שטעלען אהער!)
עטעטשמענטס
Scan0001.jpg

מיטוואך יוני 12, 2013 8:58 pm

לכתחילה, אזוי אויסצודרייען א מעשה.. דו זעסט נישט וואס דארט גייט פאר? איך בין דער בריוו שרייבער? דאס איז דאך געשריבן צו מיר! קוק וויאזוי ער הייבט אן דעם בריוו.
אזוי מיך אויסצושמירן ברבים? וואו זענען די מנהלים? ס'איז דא א דווח קנעפל אינעם פאון בוק?

מיטוואך יוני 12, 2013 9:19 pm

די גאנצע צרה איז, אז סיי דער שרייבער אוןו סיי צו וועם עס איז געשריבן זענען ידיד! ווי קען זיין אז די מנהלים האבן געלאזט צוויי מיט די זעלבע ניק?? אדער קען זיין, אז ער האט פשוט פארגעסען צו טוישען ניק......

#סקאנדאל

מיטוואך יוני 12, 2013 9:28 pm

מאזעלע טבא וגדיא נאה, א גוטע מייזעלע, און א שיינע ציגעלע פאר אייך אלע

מיטוואך יוני 12, 2013 9:28 pm

מנהלים איינער האט געגעבן רשות פאר יוראפ נאכצוקאפירן א גאנצע בריוו פון די פאון בוק?

אפס #ראנג ניק #סקאנדאל #לכתחלה (כאגעזעהן אז לעצטענס דארף מען אזוי ענדיגן א תגובע)

מיטוואך יוני 12, 2013 9:29 pm

די בריוו איז געווען אין דער איד עטליכע יאר צוריק, זעהט אויס אז וויבאלד ס'איז אזא געלונגענע בריוו האט איינער האט געפילט פאר וויכטיג עס אריינצולייגן אינעם נייעם בוק

מיטוואך יוני 12, 2013 9:31 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:די בריוו איז געווען אין דער איד עטליכע יאר צוריק, זעהט אויס אז וויבאלד ס'איז אזא געלונגענע בריוו האט איינער האט געפילט פאר וויכטיג עס אריינצולייגן אינעם נייעם בוק

דא דארט אפשר צען בלעטער פון אמן, בית המדרש, מוסר ועוד

מיטוואך יוני 12, 2013 10:57 pm

מזל טוב וויכי
מזל טוב סמייטע
מזל טוב מכטי
להולדת הבנים

מזל טוב קיקיון
לאירוסי הנכדה

מיטוואך יוני 12, 2013 11:00 pm

לוי יצחק האט געשריבן:מזל טוב וויכי
מזל טוב סמייטע
מזל טוב מכטי
להולדת הבנים

מזל טוב קיקיון
לאירוסי הנכדה

דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:53 am

מכטיקע מכטיקע
כפליים בלשון חיבה
מזל טוב מזל טוב!
מעומקא דליבא הנני בזה לברכך שתזבו לגדל את בנכם לתורה ולחופה ולמעשים טובים
ולהכניסו בבריתו של אברהם אבינו בעתו ובזמנו
ונשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות
הכ"ד ידידך אוהבך בלו"נ
מנחם שלו'
לעצט פאראכטן דורך msp אום דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:07 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:37 am

א ישר כוח פאר די אלע ווארעמע ברכות, עס דערווארעמט די הארץ!
אלס בעל שמחה וואס כידוע האט מען א בעלות אויפן שמחה נעם איך דעם זכות ענק אנצווואנטשען מיט אלע גוטע ברכות ענק זאלען האבען לייכט אידיש נחת פון אלע ענקערע קינדער און קענען גרינג מגדל זיין, מתוך הרחבה גדולה און מיט גרינגע הערצער מיט אלעם גוטן.
די עולם איז געלאדנט צו שלום זכור וואס גייט פארקומען שבת אי"ה אינעם ביהמ"ד וואו איך דאווען...
ווער ס'ען נישט קומען קען קומען צו מעריב ביים קימפעטארין...

דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:14 am

מזל טוב מכטי!
תזכה להכניסו בבריתו של אאע"ה ולתורה ולחופה ולמעשים טובים.

דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:27 am

מכטי1 האט געשריבן:א ישר כוח פאר די אלע ווארעמע ברכות, עס דערווארעמט די הארץ!
אלס בעל שמחה וואס כידוע האט מען א בעלות אויפן שמחה נעם איך דעם זכות ענק אנצווואנטשען מיט אלע גוטע ברכות ענק זאלען האבען לייכט אידיש נחת פון אלע ענקערע קינדער און קענען גרינג מגדל זיין, מתוך הרחבה גדולה און מיט גרינגע הערצער מיט אלעם גוטן.

אמן.

דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:03 pm

אי"ה וועלען מיר טרינקען לחיים פרייטאג צונאכט לכבוד די שמחות
ובפרט ביי ידידי מכטי זז"ג

פרייטאג יוני 14, 2013 7:32 am

שוין, וועל איך פאבירען אינזין האבען ביים טרינקען ביר....
שרייב א תגובה

Advertisement