בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:24 pm
דורך פונקטליך
אמת'ע מעשה?
(נעמען פארשטייט זיך נישט)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:29 pm
דורך פונקטליך
מעשה פלא ונורא!

וויזוי ס'זאל נאר זיין, איז עס הערליך שיין אראפגעשריבן, כה לחי!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 3:32 pm
דורך יהיה כן
טאקע א דבר בעתו
נאך דעם חורבן הנורא דא ביינונז
כ'מיין מען זאל בודק זיין די מזוזות דא אין קרעטשמע.......

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 4:19 pm
דורך קרעמער
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האט דאס מיט קופת העיר?...

---
יישר כח משה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 4:35 pm
דורך שמעלקא טויב
קרעמער האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האט דאס מיט קופת העיר?...

---
יישר כח משה


תן ח"י דולור לקופת העיר, ותזכה להבין!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 4:46 pm
דורך ווינקל
קרעמער האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האט דאס מיט קופת העיר?...

---
יישר כח משה


קרעמער; נאט אייך צוויי ;l;p- ;l;p- פלצתי מאד!

דער אמת'ן איז דאס מעשים בכל יום ווי עטליכע סופרים האבן מיר דאס אליין געזאגט.
איך פריוואט ווייס עטליכע מעשיות ביי אונז אין די משפחה וואס נאך פארשידענע אינצידענטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז מזוזות זענען געווען פסול!

----
אז מען רעדט שוין.... איינער ביי אונז אין די משפחה האט זיך אמאל אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אינגאנצן פארציטערט, אז זי האט געזען די מזוזה פון די פארטש טיר וויינען (!), מיין טאטע האט קודם געזאגט חלמא טבא חזיתא און שלאף זיס ווייטער... אבער דאן האט ער זיך בארעכנט, וואס קען שאטן א בדיקה? און? יא! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז וואסער האט זיך אריינגעכאפט אין מזוזה (טראץ וואס סאיז געווען פארפאקט כנהוג) און עס גע'פסל'ט!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 5:09 pm
דורך אלף בית
דער רמ"א אין הלכות מזוזה שרייבט אז די ר"ת פון שד"י איז ש'ומר ד'ירות י'שראל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 11, 2010 5:35 pm
דורך דארפסמאן
שכוח משה, זייער גיט אראפגעלייגט

ש'ומר ד'ירות י'שראל

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 19, 2010 4:02 am
דורך פארשריבן
פונקטליך: וואו איז דיין ארטיקל פארשווינדן?

-----------------
דער קרעמער האט שוין אויך באשריבן אן אפענער מופת פון א מזוזה.
viewtopic.php?f=3&t=12225

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 19, 2010 9:49 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

לעצטנס האב איך געגעבן די מזוזות פון שטוב בודק צו זיין, און ביי די מזוזה פון קאך האט מען געטראפן עפעס א קליינטשיגע ספק מיט א נון, און מען האט עס פארראכטן.

איך האב געפרעגט דעם סופר ווי קען מען מתקן זיין א מזוזה, עס דארף זיין כסדרן, האט ער געזאגט: אונז אידן האבן א שולחן ערוך, און אויף אזא סארט זאך (ענליך צו עפעס וואס מ'וואלט ביי א ספר תורה געפרעגט א קינד און גע'פסק'ט לויט דעם) איז דא א וועג וויאזוי מ'קוקט עס אן און אויב מען זעהט עס אזוי און אזוי קען מען עס מתקן זיין אזוי און אזוי למהדרין מן המהדרין.

אינטערעסענט, מקיים געווען די מצוה פון וכתבתם, און אויך געלערנט א גוטע לעקציע אין הלכות סת"ם.

בדיקת מזוזות

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 4:26 pm
דורך נחוניא
עס שטייט אז חודש אלול זאל מען בודק זיין די מזוזות.
אט גיבט א קוק וואס א איד האט געטראפן ביים בודק זיין די מזוזה...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 4:27 pm
דורך שנאפס
יודעלע אנשטאט א ווא"ו?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 4:40 pm
דורך נחוניא
שנאפס האט געשריבן:יודעלע אנשטאט א ווא"ו?

יא.
דער מגיה זאגט אז מען זעט אז עס איז דארט געווען געשריבן א ואו, נאר במשך הימים האט זיך דאס אפגעהאקט און יעצט שטייט יהיה אנשטאט והיה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 4:50 pm
דורך ווינקל
בכל לבבכם איז אויך צוהאקט איין ב, רח"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 6:04 pm
דורך ווארד
איך האב געגעבן איין יאר מיינע מזוזות בודק צו זיין, און דער סופר האט זיי "אלע" גע'פסל'ט, ווייל עס איז נישט געווארן גוט צוזאמגעדרייט, דערפאר האט עס באקומען קנייטשן און ביי די קנייטשן האט זיך געשאפן שפאלטענעס אין די ווערטער, האב איך שיין ערזעצט אלע מזוזות, ב"ה מען האט נישט געדארפט אנקומען צו קיין צרות, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 5:11 pm
דורך ווינקל
ווא ווי!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 1:49 pm
דורך פלאטשיגער
פונקטליך האט געשריבן:אמת'ע מעשה?
(נעמען פארשטייט זיך נישט)


וואס און וואו איז די מעשה???

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 1:55 pm
דורך מיסטעריעז
:roll:

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 1:59 pm
דורך גערעכטער
זעהט אויס אז 'מאיר' (הי"ד...) האט געשריבן די ארטיקל...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 5:53 pm
דורך פאטאקי08
צו איר גלייבט יא צו נישט אבער אייוועלט איז אין יענע צייט געווען פארמאכט פאר כמעט א חודש און צוויי וואכן תגובות זענען אוועק מיטן רויעך..! אפשר איז עס באשריבן אינעם זכור ימות עולם פארום....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 6:21 pm
דורך מיסטעריעז
פונקט ווען איך האב מיר איינגעשריבן? :twisted:

ביטע ערקלערט!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 8:25 pm
דורך סעלצער
איך פארשטיי נישט וואס מען רעדט דא קען איינער ביטע מסביר זיין ?
קודם וואס איז מיט די מעשה פון אנפאנג וואס מען געפינט נישט, צווייטענס וואס איז דאס מאיר הי"ד און דריטענס וואס איז פארגעגאנגען אז די וועלטעל איז געווען פארמאכט און פארוואס האט זיך אויסגעמעקט צוויי וואכן תגובות ????

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:24 pm
דורך ווינקל
דאס איז געווען א תגובה פון משה קאפויער - וואס איז א גלגול געווען פון מאיר, וואס האט איין שיינעם טאג געמעקט זיינע תגובות, און מ'האט אים חוסם געווען, - וואס דער ניק מיט אלע זיינע תגובות זענען נעלם געווארן דורך א מיסטעריעזע האנט.