בלאט 3 פון 15

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:02 pm
דורך איך_הער
פיר אויס, האסט שוין גענומען אדער יא?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:15 pm
דורך מאשקע
נו וואדע אזוי. מ'קען דאך נישט פארזעצן אויף דעם וועג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:27 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע וואסערע פילן נעמסטו ,ווייטעמין C ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:39 pm
דורך מאשקע
כ'קען נישט זאגן. כ'וויל נישט ס'זאל מיר שטערן ביים טון שידוכים מיט די קינדער...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:43 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, און וואס עט זיין אויב וועט דער מחותן וועלן נאר עמיצין וואס נעמט א געוויסע פיל?
שנית דא טיילט מען עסן? אדער פילן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:45 pm
דורך דארפסמאן
סאכדעס האט געשריבן:שנית דא טיילט מען עסן? אדער פילן?

עס קוקט אויס פילן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:47 pm
דורך סאכדעס
נו אויב אזוי איז שווער, פארוואס אויפן קאפל פונעם אשכול איז דא מיט הערליכע אותיות: דא טיילט מען צו עסן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 5:49 pm
דורך דארפסמאן
טעות הדפוס

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 7:35 pm
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:איך הער, איך קען דיר נישט ענטפערן, ווייל מ'האלט אינמיטן עסן, און ר' יוחנן זאגט אונז אז אין משיחין בסעודה


דאס האט מיר דערמאנט פון אן ארטיקל וואס איך האב אמאל געהאט אין פלאן צו שרייבן, איצט אויפן מינוט איז נישטא קיין צייט, מארגן לכאורה אויך נישט, סאו אויב איינער וועט מיר דערמאנען זונטאג וועל איך טרייען עפעס צו מאכן.


קרעמער, מ'קען דיך נאך דעמאנען, אדער מ'האט שוין פארשפעטיגט?


יישר כח מאשקע פארן דערמאנען.

יאנאש;

איך וויל דיר דערמאנען אפצושרייבן דעם ארטיקל אויף וואס דו האסט נייגעריג געמאכט, עס האט צוטאן (לכאורה) מיט אין משיחין בסעודה.

(אגב, מאשקע, פארוואס "פילס"? אין אידיש זאגט מען דאך דאס פילן, אפשר נישט?)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 22, 2007 7:56 pm
דורך יאנאש
עס איז צרות איך דענק נישט וואס דאס איז געווען, אה סאכדעס שרייט אז איך געדענק יא, אוי וויי וואס זאל איך טון, יו נאו וואט איך וועל עס לאזן סאכדעס באשרייבן, אבער איינער וועט אים מוזן דערמאנען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 23, 2007 1:40 pm
דורך סאכדעס
דער ענין איז אזוי, (כאף אז כאב גוט אפגעלערנט די טיפקייט פונעם ווארט, אז כ'זאל נישט פארדרייען דעם מכוון) עס שטייט אין משיחין בסעודה, איז שווער צו וואס דארף מען לאזן הערן אזא הלכה? כ'מיין ס'איז אפילו נישט מענטשליך צו רעדן ביין עסן? מ'קען דאס פרעגן אלע שנה ראשונה'ס וויאזוי זיי עסן, נאר וואדען, לאמיר אייך אראפשטעלן א קאווערסעישן וואס האט פאסירט ביי די פרייליך פעמעלי ביי נאכטמאל אפאר טאג צוריק:
מאן: דו ווייסט וואס כ'אב דיר צו פארציילן?
פרוי: עה נישט איצט, כ'אלט אינמיטן עסן.
מאן: סאו וואס איז אז דו עסט איצט?
פרוי: וואס הייסט וואס? ווען מ'עסט עסט מען ווען מ'רעדט רעדט מען, ס'פאסט נישט צו טוהן צוויי זאכן אויף איינמאל.
מאן: דאס הייסט נישט טוהן צוויי זאכן אויף איינמאל, כ'מיין די מאנסע ליגט מיר ביין צונג, כ'דארף אפילו נישט טראכטן וואס איך זאג.
פרוי: אה דו האסט רעכט, ווייל דו קענסט שוין די מאנסע, אבער איך נאך נישט, אלזא דארף איך סיי נוצן מיין מוח צו עסן און סיי צו וואס דו פארציילסט, סאו פאסט נישט צו טוהן צוויי זאכן אויף איינמאל.

עד כאן הנוגע לעניינו. זעהן מיר פון דעם, אז דער רעדער וואלט יא געפאסט צו רעדן און צו עסן, ווייל ער דארף דאך נישט נוצן דעם מוח איבריג, די פראבלעם איז נאר מיטן הערער, אלזא, ווען נישט די הלכה פון אין משיחין בסעודה, וואלט מען יא גערעדט ביין עסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 23, 2007 1:43 pm
דורך דארפסמאן
סאכדעס
די רעדסט פון פרייליך פעמעלי פון די מעלות

ביי די וועי איך האב געשריבען א מזל טוב פאר די קוק פליס ביי די מזל טוב פאר מערסטע שרייבערס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 23, 2007 2:54 pm
דורך סאכדעס
אה, כ'ליין געווענדליך מראשון לשני ומאחרון למפטיר, סאו האב איך סייווי שוין געזעהן דיין תגובה און מזל טוב פאר מיר, און יאך האב דיר שוין גענפערט אויך.

כ'מיין נישט דוקא די פון די מעלות, אבער ס'קען געמאלט זיין אז דאס איז פון איין משפחה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 23, 2007 3:06 pm
דורך יאנאש
סאכדעס;

אזוי שלעכט צו פארשטיין, די ענין איז ממש קאפויער, אבער וואט קען איי דא איי געוו יו די מייק.

יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 2:20 pm
דורך מאשקע
יאנאש האט געשריבן:
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:איך הער, איך קען דיר נישט ענטפערן, ווייל מ'האלט אינמיטן עסן, און ר' יוחנן זאגט אונז אז אין משיחין בסעודה


דאס האט מיר דערמאנט פון אן ארטיקל וואס איך האב אמאל געהאט אין פלאן צו שרייבן, איצט אויפן מינוט איז נישטא קיין צייט, מארגן לכאורה אויך נישט, סאו אויב איינער וועט מיר דערמאנען זונטאג וועל איך טרייען עפעס צו מאכן.


עבר קציר כלה קיץ ואנחנו לא נושענו. שוין אריבער עטליכע זונטאגס, אבער מ'האט נאכנישט זוכה געווען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 2:22 pm
דורך יגרסהדותא
קוקט אויס אז ער האט נאכנישט געענדיגט עסן פון דעמאלטס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 2:24 pm
דורך מאשקע
יגר: פאר די ביזט מגיב, לייען איבער מיט ביידע אויגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 2:26 pm
דורך יגרסהדותא
מאשקע, כ'האב אלעס געזען, אבער די דזשאק האט בעסער געשטימט אזוי. סארי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 2:29 pm
דורך מאשקע
יגרסהדותא האט געשריבן:סארי

אקעי. ביזט באשולדיגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 08, 2007 5:39 pm
דורך סאכדעס
ער איז מסתמא געפארן אויף אויסלאנד זיך בראטן אויפ'ן זון.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:24 am
דורך יעקב אלי בראך
לכבוד פורים. (קרעדיט: איוואן, און משביע).

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 9:13 pm
דורך שטאטס נער
ווער דארף דען פורים האלפציעס????

ווער עסט עס אפילו אויף א אנגעפילטען מאגען מיט א פעסעל וויין ????!!

טייל עס כאטש יעצט אויס וועט מען כאטש הנאה האבען דערפין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:32 pm
דורך קרעמער
יעצט באמערק איך אז דאס בילד איז ווי א שפיגל.. מען האט צוזאמגעשמאלצן איין בעקעלע אויסצוזען ווי 2, קוקט ביים שפאלט, ווי די דעזיין פונעם בעקעלע זעט זיך קלאר אן, אויך די קרויטלעך שפיגלן זיך אפ איינס אין צווייטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:34 pm
דורך איך_הער
קרעמער, גערעכט, אז מ'באטראכט נאכדעם די האליפצעס זעט מען אז די פון איין זייט זעען אויס די זעלבע ווי די פון די אנדערע זייט, נאר פארקערט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 11:38 pm
דורך קרעמער
הדא הוא דכתבנא: די קרויטלעך שפיגלן זיך אפ איינס אין צווייטן. מיין כוונה איז טאקע געווען די ערשטע פיר און די לעצטע פיר ודו"ק.