בלאט 11 פון 15

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 4:01 pm
דורך מאשקע
נעבעך, אזעלכע עסן באקום איך דאך אומזיסט ביי יעדן וואכנאכט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 4:18 pm
דורך דארפסמאן
75 סענט א וועפער אזוי טייער געפערליך

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 4:22 pm
דורך יגרסהדותא
חברה, מ'גייט נעמען דעם מאשין, און עס איבערטאמבלן אפסייד דאן, און אלע עסן גייט ארויספליען.

איך בין בכל חומר קעגן ארויפלייגן שטייערן אויף אונזער קהלה. אזא מאשין, מוז דורכגיין א "סקר", א איבערגעדרייטע קוואדער, און אפי' דעמאלטס מעגליך נאר פאר געשמאקע מאכלים.

אלטע פטאטע טשיפס, און הארטע וועיפער, וועט מען געבן פאר די בהמות אינדרויסן, נישטא!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 4:24 pm
דורך דרך אגב
ק'וועליא, מ'קען שוין ניצן די סקווירא סטאראבעריס.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 4:32 pm
דורך יגרסהדותא
דרך אגב; וויאזוי קען מען עס ניצן, ס'איז דאך אזוי אנגעקאטשקעט..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:06 pm
דורך איך_הער
יגר, איך בין מיט דיר, זאלסט ווארענען קעוואלי'ען אזא זאך מער נישט צו טוהן, ער זאל מוחל זיין און צושטעלן עסן אן קיין געלט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:19 pm
דורך דרך אגב
יו איך בין הונגעריג, ווער האט עפעס צו עסן? אמאל פלעג איך נאך עסן אין דע קרעטשמע, אבער היינט בעט מען שוין געלט, איך בין נישט גערישט דערויף.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:21 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

דא האסטו

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:22 pm
דורך דרך אגב
פארוואס ווילסטו אוועקנעמען די מעלאנע פונעם קינד?

שכוח, פאר די טשיס קעיק.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:22 pm
דורך דרך אגב
....

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:28 pm
דורך קרעמער
כ'פארשטיי אז דו ביסט הונגעריג, דרך-אגב, אבער דערפאר דארפסטו נישט איבער'חזר'ן יעדן זאץ צוויי מאל..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2007 5:34 pm
דורך דרך אגב
קרעמער, איך האב עס יעצט באמערק, ווי איך פארשטיי קומט עס, ווייל היינט בין אויפן ליסט צו האבן שוועריקייטן צו עפענען א יעדע זאך, קען זיין אז איך האב געדרוקט צוויי מאל בטעות.

ולא להכאיסיך נתכוונתי חלילה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 1:51 pm
דורך יעקב אלי בראך
ברוך אתה. . . בורא פרי העץ. . . אההההה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 05, 2007 3:41 pm
דורך דארפסמאן
אמן – אזא הויכע ברכה

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:00 am
דורך סאכדעס
ק'וועליע, כאב הנאה פון דיר אז דו שטעלסט צו נאר נישט געשמירטע פרוכט..

וואויל איז דיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:26 pm
דורך דרך אגב
כמים קרים על נפש עייפה, נאכן לאנגען וועג ווי איך האב פארבלאנדשעט נישט וויסנדיג ווי צו גיין, מיט די אלע דיטאר'ס, און אומוועגען,
בין איך איצטערט אנגעקומען אינגאצן פארשוויצט, האב עך זעך מהייע געוועזן מיט די פיינע זאפטיגע פרוכט, שכוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2007 1:13 am
דורך ירא שמים
שכוח יעקב אלי'

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 9:29 am
דורך יעקב אלי בראך
מ'גרייט זיך עפעס צו מאכן, מ'ווייסט נאך נישט וואס.. א תפלה אז ס'זאל גוט אויסקומען קען נישט שאטן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 10:50 am
דורך abimlaibt
אלעס 'היימיש' מאמעש אריינצובייסן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:14 am
דורך סאכדעס
ביינונז בייסט מען נישט, מסתמא וועגן דעם האסטו געזאגט מאמעש, עיין שפראך פארום ערך ממש/שוועמל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:17 am
דורך abimlaibt
וואאס ווייסט מען נישט ביי נונז?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:18 am
דורך מאשקע
איך האלט נאך אינמיטן צוזאמשטעלן וואספארא עסן מ'קען מאכן פון די אלע אינגרידיענטס, אבער קיין חרוסת קען מען לכאורה נישט מאכן דערפון.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:22 am
דורך אלץ-ווייסער
דאכצעמער אז מיט דעם קען מען מאכן א גוטן "טאבאק" צו שמעקן פאר תשעה באב.
אזוי ווי מאנכע מאכן מיט'ן אתרוג קען מען אפשר מאכן מיט די טאמאטן און פערזשעך.
די קארטאפעל איז גוט צו פארמישן דעם שטן א פיטשקעלע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 11, 2007 11:38 am
דורך מאשקע
נאך א מזל אז ס'איז נאר פאר תשעה באב און נאר אויף צום שמעקן. כ'וואלט אזא מאכל קיינמאל נישט געגעסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 4:12 pm
דורך יעקב אלי בראך
מילעכיג'ס פאר די ניין טעג