בלאט 5 פון 15

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 12:40 pm
דורך יאנאש
חחחחחחחחחחח יוי איך שטיק מיך, עס איז מיין שיכעלע קעגן דעם שמש'ס שטיוול............

הצלה.................................

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 12:40 pm
דורך 3x0
מאשקע, איך מיין אז די מאכסט א טעות, איך מיין אז עס איז נישט מיין שיך.

איינס, איך האב געדענקט אז איך בין נישט געזיצן לעבן די גרויסע שיך.

צוויי, מיין שיך קוקט אויס גאנץ אנדערש פון אונטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 12:41 pm
דורך מאשקע
אקעי, יעצט גייט זיך אנפאנגען א גאנצע חקירה וועמענס שיך ס'איז.
איך מיין מ'זאל עפענען א באזונדערן אשכול דערפאר, און עס א נאמען געבן: פרשת "שיכ"מאכער...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 12:45 pm
דורך 3x0
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 1:54 pm
דורך יעקב אלי בראך
נעבעך פאר די פאפקארן אויפן פלאר דארט, וואס געפינט זיך צווישן אזעלכע בערן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2007 12:07 am
דורך קרעמער
איך ווער הונגעריג, און נאסטאלגיק אויף א מסיבה וואס איך האב זיך נישט באטייליגט דערין (יא, כ'ווייס אז נאסטאלגיע איז נאר שייך אויף א זאך וואס מען האט געהאט, איך נוץ אבער דעם מיגו און הואיל, אז כ'וואלט אפשר געקענט דארטן זיין בשעת מעשה)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2007 11:22 am
דורך מאשקע
אנשטאט נוצן דעם מיגו און הואיל, זאלסטו נעקסט-טיים נוצן דעם מאנראו באס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2007 11:24 am
דורך יאנאש
מאשקע האט געשריבן:אנשטאט נוצן דעם מיגו און הואיל, זאלסטו נעקסט-טיים נוצן דעם מאנראו באס...
;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2007 11:39 am
דורך Anonymous
אדער אפשר טיען ווי די עצה,וועלכע עס קימט אויס גרינגער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2007 11:57 pm
דורך קרעמער
שמערל;

מיינסט דרייוון? נע, קומט נישט אין באטראכט. עכ"פ נישט אין דעם גלגול.

מאשקע;

גוט געזאגט! כ'האב הנאה געהאט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 11, 2007 7:22 am
דורך abimlaibt
מאשקע האט געשריבן:די אויבערשטע בילדער זענען געווען פאלשע. דאס איז נישט פונעם מסיבת לחיים.
כדי שלא יאמרו הבריות, לייג איך דא ארויף די ריכטיגע בילדער, ויאכלו ענוים וישבעו.


און כדי מקיים צו זיין יאמרו הבריות, מאשקע איי איי איי איי איי איי איי זיסע זכרונות, ווען געשעיט עס נאכאמאל? איך האב באמערקט אז מיין ס'פלאץ איז נאך ליידיג דא אויפ'ן בילד, נישטאמאל ס'ברילן קען מען זעהן. איך קלער, עס איז נאר א מחשבה, אז קען זיין די בילד איז גענומען געווארען נאך בעפאר איך בין אנגעקומען אהין? מייט בי.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 11, 2007 10:57 am
דורך סאכדעס
אדער גאר קען זיין, אז סיז פון אנאנדער מסיבה.

קענסט זיך אויס מיט פאטאשאפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:23 am
דורך יעקב אלי בראך
דער עולם איז אוודאי נאכאמאל הונגעריג געווארן, אינטערעסאנט טאקע צו זעין ווי איידעיל מען איז, מ'שעימט זיך צו בעיטן.

נאט אייך פרישע הייסע ווארע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:24 am
דורך מאשקע
פוי! קעיק מיט לעמאן? פוי!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:29 am
דורך יעקב אלי בראך
גולם וואס זענען זי, ס'איז נאר א פיקטשער..

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:30 am
דורך יעקב אלי בראך
און אז דו עפנסט שוין יא א מויל, נאט אייך

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:36 am
דורך לאקשען ברעט
יישר כוח וועמענס השגחה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:40 am
דורך יעקב אלי בראך
ווילאנג מיר זעהן נישט קיין "הוסרה ההשגחה" קען מען עס רואיג עסן, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:42 am
דורך יעקב אלי בראך
נאך און נאך, עד שיבלו שפתותיכם מלומר די

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:44 am
דורך יעקב אלי בראך
פון דא אין ווייטער איז פארשידענע ערליי דערקוויקענישע מזונות'ן און סעודות, וואס מ'וועט אויסטיילן ווען יגר'ל וועט בעזר השם געווינען די וואלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:49 am
דורך מאשקע
רח"ל. טשיז קעיק מיט פלייש אויף איין טיש. בשר בחלב.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 10:58 am
דורך לאקשען ברעט
הוסרה ההשגחה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 11:09 am
דורך יעקב אלי בראך
שאא!! מהוצאפים, דאס איז נישט קיין טשיז! דאס איז א קיגל מיט א ווייסן קרים.

און ווער ס'פארשטייט נישט צו קיין מאכלים זאל ארויסיאגן פון דא.

אבער, איידער איר גייט, קוקט וואס איר גייט דערלייגן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 11:11 am
דורך יעקב אלי בראך
און איר מיינט, אז מיטן ארינטעררייסן דעם חשובן קעכער, וועט ער אויפהייבן די הענד און זיך לאזן קיצלן.. קיינמאל

נאט אייך

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2007 11:12 am
דורך יעקב אלי בראך
און דא א טעלער פונעם באליבטן מאכל, טשולענט!