גריסן און שמועסן
מיטוואך יוני 16, 2010 10:42 am
איינמאל פאר אלעמאל וועל איך
אים ענטפערן, יעדע צופרי פרעגט ער מיר נאכאמאל די זעלבע קשיא, איך האב אים פרובירט צו איגנארן, אבער ס'העלפט א רעטעך, וואס רעטעך? באנדלעך מיט לאקשן מיט זופ... גארנישט, עודך וויל ער וויסן פארוואס איך וויל נישט קענען פאטא שאפ.
פארדעם וויל איך אויסדריקן מיין גרויסע ווייטאג, און אויסרופן קבל עם ומלואו!
ווייל איך האלט נישט ביים קענען פאטאשאפ!!! פינטל!און איך וויל בעטן פאר ווער ס'האט א ווארט דארטן אין די גראמער אפטיילונג זאל אים איבערגעבן אז ער זאל נאר ווייטער אנגיין און מהנה זיין אידן, הגם איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס ער שרייבט דארט.
לעצט פאראכטן דורך
bailout אום מיטוואך יוני 16, 2010 12:57 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.
Advertisement
מיטוואך יוני 16, 2010 10:58 am
קודם האב איך הנאה אז נאך אזוי לאנג פרעגן כאפסטע שוין ענדליך אז מ'רעדט צו דיר. מ'האט פרובירט אויף אלע וועגן דיר צו שיקן לינק'ס, קליפ'ס, קראק'ס, בוקמארק'ס, וכו' וכו' אלעס דיר מרמז צו זיין אויף א שיינעם אופן אז זאלסטעך זעצן לערנען פאטאש-אפ. און יעצט ווארפסטע קאטאגאריש אפ דעם אפפער! גיוואלד & גישריגען! וואס וועסטע ענטפערן ביים בי"ד של מעלה ווען מ'וועט דיר שטעלן די פראגע: פארוואס קענסטו נישט פאטא שאפ?! וואו וועסטעך אהין טוהן פאר בושות?
בעק טו מיי פאטעטא שאפ. אמיגא פוט עווערי טינג בעק אן די שעלף..
מיטוואך יוני 16, 2010 11:02 am
בעלאוט, דער וויי-געשריי ליגט מיר שוין אין מאגן זינט דער פרעגט מיט אזא כיטרע מינע "פארוואס זאלט איר נישט קענען עסן קעטשאפ?!", ווי איינער זאגט קעטשאפ האסטו דאך סייווי, איז דאך ממש א עבירה זאלסטעס נישט עסן.
איך האב הנאה אז דו האסט געוויזן גאוטס און ארויסגעשריגן "ווייל כ'האלט נישט דערביי. פינטל", (חחח.. ווער דענקט דען נישט בעלי ווען ער איז געווען דער חק"ס גבאי?! יעדע טובה וואס מ'האט פון אים געבעטן פלעגט ער ענטפערן, איך האלט נישט דערביי. פינטל)
ג"א מסארעח, איך האלט נישט דערביי. פינטל.
מר. פאטא-שאפ גיי אן!
--
צום זאך האקט.
מיטוואך יוני 16, 2010 11:51 am
שוין, ער האט שוין אריינגעברענגט דעם גראפיקס פארום אין היימישע קרעטשמע! אז כ'וויל זיך אויסלופטערן אביסל דעם קאפ און אוועקגיין אביסל פון מיינע שווערע שעות קאמפיוטער ארבעט, און כ'קום אהער אויסצוציען די ביינער, דארף איך זיך ווידער באגעגענען מיט די קאפ-וויי! מתנחלים, שיקטס דעם בעילאוט ארויס פון דא! אויב וועט מען מיר נישט פאלגן זאפארט, וועל איך דא אריינברענגן דעם "תג" אשכול!... (מבין וואונט בי ווערי העפי אבאוט דעט...)
אה, שיעור פארגעסן: חחחחח! אבער פארוואס שרייסטו אויף פינטל? וואס איז ער נעבעך שולדיג? ער איז נעבעך אן אומשולדיגע אימעגראנט וואס זוכט זיך דא אביסל מנוחה, און אזוי אומ'יושר'דיג געווארן דער ציל-ברעט פון אונזער אבאמא (א.ק.א. בעילאוט).
איז אזוי: פארוואס שרייב איך דא יעצט?
ווייל איך האלט נישט ביים ארבעטן!!! בעילאוט!
אה! בארואיגט. צוריק אריין אין גראפיקס פארום...
מיטוואך יוני 16, 2010 12:22 pm
שפילטס ענק ווייטער ארום דא. איך שטיי אין א זייט און איך בין זיך מחי'...
אז דו ווילסט קען איך דיר אויך שיקן קראקס, אבער אויף אריינצוגיין צו תג (וואו איך בין אויך נישט איבעריג פרייליך...) ברויך מען האבן עפעס הארטערס.
ס'נישט גוט צו ווייזן גאוטס. אויב האט איר עני סימפטאמען, גייט גראד צום נענטסטן הצלה מעמבער.
זונטאג יוני 20, 2010 4:03 pm
א רחמנות...
זונטאג יוני 20, 2010 5:21 pm
בעילאוט, דו זאלסט בעסער האלטן דערביי, אניש וועלעכדעך שיקן צום מנהל...
אבער פאר דו גייסט צום מנהל ווילעכדער זאגן, כאב מורא'דיג הנאה געהאט פון די איידיע! פינטל. נישט די ניק.
פינטל, יא די ניק. א רחמנות אויף וועם???
זונטאג יוני 20, 2010 5:22 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פינטל, יא די ניק. א רחמנות אויף וועם???
אויף ווער סמאכט אזוי אוועק פאטא שאפ בשתי ידים
זונטאג נובמבר 21, 2010 11:40 am
צום זאך האט געשריבן:גיוואלד & גישריגען! וואס וועסטע ענטפערן ביים בי"ד של מעלה ווען מ'וועט דיר שטעלן די פראגע: פארוואס קענסטו נישט פאטא שאפ?! וואו וועסטעך אהין טוהן פאר בושות?
חחחחח