בלאט 1 פון 1
גוטע געלגנהייט פאר שרייבער
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 2:36 pm
דורך Anonymous
מיר זענען פאראינטערעסירט אין שרייבערס פאר א publication,
אין פארשידענע נושאים, yiddish/english
פאר מער אינפארמאציע פארבינדט אייך
212990xxxx@gmail.com
ווי אויך א געלעגנהייט צו טרענסלעטן (TRASLATING) פון ענגליש צו יודיש
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 2:38 pm
דורך Anonymous
איר קענט אויך פרובירן צו רעדן אין גימייל
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 2:39 pm
דורך דארפסמאן
וואחז א סעמפל פליז
אין ביי די וועי וואס איז די לעצטע פיר נאמבערס פון דיין האטליין
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 2:47 pm
דורך צייטליך
איין זאך, אויב נעמסטו אוועק א שרייבער פון דא, מיזטו אים לאזן יעדן טאג קומען מהנה זיין דעם עולם דא,
ס'איז נישט קיין יושר סתם אזוי אוועק צו נעמען איינעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 2:51 pm
דורך מאשקע
גערעכט, צייטליך.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:41 pm
דורך Anonymous
עטליכע נקודות,
1)מיר זוכען נישט לע"ע קיין פול טיים שרייבער, מיר ווילען באצאלן פער ארטיקל, אין ענגליש הייסט עס FREELANCE
2)איר קענט מפרסם זיין אייערע ארטיקלען דא אדער במקום אחר, מיר דארפן נישט, און האלטן נישט די בעלות דערויף.
3)ווי אויך דארף עס נישט זיין געשריבן גאר פראפעסיאנאל, מיר זוכען בעיקר תוכן.
4) איר קענט בלייבען אנאנים, אויב איר וועט וועלן קען מען צאלן דורךPAYPAL
5) מיר זוכען שרייב ארבעט אין די פאלגענדע נושאים, ביזנעס, ריעל עסטעיט, קרעדיט, געלט, טעכנאלאגיע, אינוועסטמענטס, הלכות, ארבייט פלאץ,
ווי אויך פראקטישע עצות\ערפארונג אין ביזנעס און אלגעמיינע ווערטשאפט,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:13 pm
דורך קרעמער
הייסט דאס אז דו ביסט דער וואס האט מיר לעצטנס געשיקט אין ג'ימעיל, אהא.
טענקס באט נא טענקס, איך גלייך גיכער די קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:17 pm
דורך א אידעלע
דו 212990xxxx,
אפשר וואלט געווען כדאי זאלסט אויפזוכען דא אין קרעטשמע ארטיקלען וואס עס געפעלט דיר, און זאלסט באצאלן פאר דעם שרייבער פון דעם ארטיקל דעם פרייז וואס ער וועט בעטן.................
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:34 pm
דורך סאכדעס
קרעמער רעדט קלארער, אויב איז עס יענער וואס האט דיר אריינגעשיקט אין ג'ימעיל פארוואס איז בעסער צו בלייבן אין קרעטשמע? ער איז דאך גרייט צו צאלן?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:39 pm
דורך קרעמער
דו ביסט שוין געווארן זיינס אן אגענט?
די סיבה פארוואס איך גלייך גיכער די קרעטשמע, ווייל איך טוה דאס אן קיין פרעשור, פארקערט, עס איז א פלעזשור, אנדערש ווי ארטיקלן אין אן אויסגאבע.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:41 pm
דורך א אידעלע
וואס איז די פרעשור, קוק וואס ער שרייבט.
3)ווי אויך דארף עס נישט זיין געשריבן גאר פראפעסיאנאל,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:54 pm
דורך איך_הער
איך האלט אזוי ווי א אידעלע, ער זאל זיך אויסוועלן וואס ער גלייכט פון דא, און זיין א מענטש און באצאלן פארן שרייבער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 4:56 pm
דורך סאכדעס
קרעמער וואס גייט פאר מיט דיר? דא ביניך גדול הדור, דאס ביניך אן אגענט, כ'מיין קאלום דאון.
ער רעדט דאך פון באצאלן, ער וויל קיינעם נישט אוועקנעמן קיינעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 7:13 pm
דורך Anonymous
כאמור, ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו האבן פרעשור, מיר קאנצעטרירען אויף אינפארמאטיווע ארטיקלען, נישט דווקא שרייבערישע,
ווי אויך שטעלן מיר צו סחורה אויף צו טרענסלעיטן
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 8:35 pm
דורך מאשקע
212, אויב כ'מעג פרעגן. וואספארא נוצן האסטו פון ארטיקלן וואס זענען נישט געשריבן געווארן פראפעסיאנאל? כ'מיין, וואס קענסטו טון דערמיט? וואו קענסטו עס פובליצירן?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 8:51 pm
דורך Anonymous
מאשקע
רובא דרובא היימישע אויסגאבעס, זענען וויייט פןו פראפעסיאנעל געשריבן
ובכן, אוודאי וואלטן מיר געוואלט שלמות, אבער לעת עתה איז עס צו ווייט צו דערגרייכען,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 18, 2007 12:43 pm
דורך סאכדעס
אמת הרב 212 אבער פארוואס קומסטו נישט מיט קיין מערערע דיטאלן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 18, 2007 12:55 pm
דורך מאשקע
מר. האטליין (דאס איז דיין נייע נאמען פון היינט און ווייטער), מילא אונז שרייבער האלטן אז די צייטונגען זענען בדיוטא התחתונה בנוגע דעם אידישן שפראך, פארשטענדליך. אבער וויאזוי קען א פארשטייער פון איינע פון די אויסגאבעס מודה זיין דערויף בפני כל עם ועדה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 18, 2007 1:01 pm
דורך איך_הער
איך האב מורא אז ער איז אזא פארשטייער, ווי אונז שרייבער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 18, 2007 1:07 pm
דורך מאשקע
איכער, דו שאצט אונז אונטער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 18, 2007 1:09 pm
דורך איך_הער
ענדערש ווי אים איבער שאצן.