בלאט 1 פון 1
איך פרעג נאר
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 15, 2007 3:52 pm
דורך Anonymous
חאטשיג איך בין נאך ניי וואלט איך געוואלט מיט גרויס דרך ארץ פרעגען פין די הנהלת הקרעטשמע
צי עס וואלט געווען א גיטע עצה צי אריינ ברענגען די נייעס אשכול אין די קרעטשמע ממש ווייל עס דעבאטירט זיך געשמאקער איבער א גלעזעל משקה אין אויך אז עס איז דארט אינדרויסען גייט מען ווייניגער
אהין אין עס איז אזוי באזייטיגט אבער אפשר אז עס וועט זיין מלפנים וועט עס אויפלעבען
ועזבעה"ח
פלעינע פשוטע מענטשעלע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 15, 2007 6:01 pm
דורך סאכדעס
פארוואס שיקסטו נישט קיין אישית צו די מנהלים?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 16, 2007 4:24 pm
דורך שטאטס נער
ווי קען מען דא זען נייעס??
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 16, 2007 4:26 pm
דורך יעקב אלי בראך
וויאזוי עפענט מען א אשכול?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 16, 2007 5:04 pm
דורך זארעכפעפער
פלעינע מענטש:
דיין פראגע/פארשלאג, האט שוועכע טשענסעס ס'אל דורך גיין.
ווען ס'האט זיך געהאנדלט איבער אן אנדער ענין, האב איך שוין דאן פארגעשלאגן אזא סארט סקר/פארשלאג און ס'מיאוס דרוכגעפאלן
זע דא מער פרטים
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 16, 2007 8:11 pm
דורך קרעמער
איך פארשטיי נישט די געדאנקן גאנג פון די וואס ווילן צונויפשמעלצן אלע סארט טעמעס אין איין פורום, עס איז דאך ממש כלאים.. שטותים מיט לאקשן האט מען שוין געהערט, אבער שטותים מיט נייעס צונויפגעפלאכטן? מען וועט דאך נישט קענען מבדיל זיין צווישן די צוויי ענינים העומדים בתחתיתו של עולם.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 16, 2007 9:06 pm
דורך Anonymous
לכבוד הרב זארעכפעפער אין רעביי קרעמער
לפי עניית דעתי איז די פשט אזוי אזוי ווי די פאקט איז אז מען דרייט זיך בעיקר אין די קרעטשמע אין מען דרייט זיך נישט אינדרויסען (אזוי ווי מען זעט אז די שטאטס נער האט אפילו נישט געוויסט אז עס איז דא אזא אשכול ווי "נייעס" מיינט דאס אז אדער איז דא אזא אשכול אין די קרעטשמע אדער אזוי ווי איצט וואס עס איז אזוי ווי עס איז נישטא ווי נאכאמאל די פאקט איז אז מען קוקט בעיקר דא אין מען קען נישט קוקען אין טויזענט פלעצער נאר פאר דעם וואס קרעמער זאגט אז מען קען נישט מישען קען מען אפשער מאכען אז נייעס למשל וועט זיין א אנדערע קאליר אדער עפעס א אנדערע עצה ווייל אזוי ווי עס איז איצט איז א רחמנות אויף די נייעס אשכול
ווערי סימפעל
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 11:09 am
דורך דארפסמאן
איך האב דיר געזאגט אז אויב די וועסט מאכען א אינטערסאנטע טעמע ביי די נייעס וועט דער עולם אהין לויפן , דער עולם גייט ווי עס איז אינטערסאנט אפילו אויב מען וועט עס אהער ברענגען אין אויב ס'וועט נישט זיין אינטערסאנט וועט דער עולם נישט קוקען אויף דעם ,אין וועגן די שטאטס נער וואס האט נישט געוויסט אז עס איז דא אזא אשכול ווי נייעס ער איז נאך א גרינער דא (נייער) מיין צווייטען טאג דא האב איך אויך נישט געוויסט אלעס , מיט די צייט לערנט מען זיך