גריסן און שמועסן
דינסטאג יוני 19, 2007 1:39 pm
דאכט זיך אז ס'איז א גמרא. הבלא מפיק הבלא.
Advertisement
דינסטאג יוני 19, 2007 1:51 pm
כ'ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס מיינט, אבער פראביר עס אויס, און אזא טאג ווי היינט, שפאציר אביסל ארום אויף די זון, ווארט ביז די ווערסט גוט הייס, דאן שפאציר צו צו איינע פון די רעסטראנטען אדער די נענסטע ביהמ"ד, נעם דיר א פיינעם גלעזל הייסע טיי, און נאכדעם וועל איך רעדן מיט דיר, געזינטער קען זיין איז עס, אבער ס'פרישט נישט אויף, און דאס איז די וויכטיגסטע זאך וואס מ'דארף האבן ווען ס'איז הייס, עפעס זאל דיר אויפרישן,
דזשא בוי, נאט אייך א גלעזל קאלט וואסער, דערפרישט אייער הארץ, איר זאלט קענען ווייטער לוחם זיין די מלחמות השם און נישט צולאזן די מפקרים פורץ גדר זיין אין אזא הייליגע שטאט ווי ירושלים,
דינסטאג יוני 19, 2007 2:03 pm
איך בין באגאנגען זייער א גרויסע מצוה היינט אויף דער גאס, איך פאר אזוי צו מאשקע'ס אפיס, א עלטערע פרוי ווייזט מיר מיט די פינגער אז איך זאל גיין אין די זייט, איך פרעג איר ווי זי וויל גיין זאגט זי מיר זי דארף אנקומען צו עזרת חולים, זי האט אנגעפאנגען צו וואקען אבער זי שפירט ווי זי גייט עס נישט קענען דורך מאכען ח"ו די היץ איז עפעס שטרעבליך הויך, איך אן קיין טראכטען קיין איינס, איך שפראל אויף ס'טיר צו איר און ויסעו זי איז מיין קאר, איך האב איר פארשטייט זיך אפגעפירט ביז צום טיר ווי זי האט געברויכט אנקומען.
דינסטאג יוני 19, 2007 2:05 pm
ולמצוה גדולה יחשב.
(אגב, אבי, ס'זייער אן אינטערעסאנטער גוגעל טאלק מעסעדזש...)
דינסטאג יוני 19, 2007 2:06 pm
דאס איז טאקע אן אינטרעסאנטע גוגעל טאלק מעסעדזש.
דינסטאג יוני 19, 2007 2:06 pm
אופס. דזשינקס.
דינסטאג יוני 19, 2007 2:30 pm
צייטליך האט געשריבן:ולמצוה גדולה יחשב.
(אגב, אבי, ס'זייער אן אינטערעסאנטער גוגעל טאלק מעסעדזש...)
ווייל ביז אהער איז אלעס זייער אינטערסאנטע גוגעל מעסעדשעס, נומער איינס, נומער צוויי, מ'האט גערעדט פון דעם נושא האב איך בלויז צוגעשפריצט מיינע צוויי צענט מיט א מעשה וואס איך אקורשט געהאט, שטעיסטע?
דינסטאג יוני 19, 2007 3:05 pm
אישעייש.
מיטוואך יולי 04, 2007 9:05 am
יעצט שרייבט איינער אזוי.
ביטע נישט שטערן - אין פאל פון עמוירדזשענסי, רופט הצלה
מיטוואך יולי 04, 2007 12:42 pm
א צווייטער שרייבט:
In God we Trust - All other have to pay in cash
דאנערשטאג יולי 05, 2007 10:09 am
היינט שרייבט איינער
מ'קענישיעצ רעדן צימער
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא צימער?
מיטוואך אוגוסט 01, 2007 1:56 pm
היינט זעה איך אזא מעסעדזש:
"צום 3'טן מאל די וואך, וואס די געז אין קאר איז אויסגעגאנגן, ס'מוז זיין אז ערגעץ האט די טאנק א לאטך"
האללא, פראביר אויס, לייג אנשטאט געז, וואסער, העמער זעהן אויב עס וועט אזוי שנעל אויסגיין..
זונטאג אוגוסט 12, 2007 3:33 pm
איינער
די קאווע האט זיך אויסגעגאסן אויף די וואלענע ציצית, איז דא א וועג אז די רביצין זאל עס נישט באמערקן? ס'איז ממש יעצט געווארן אויסגעוואשן, זי גייט דאך אזוי שרייען
א צווייטער.
ווערט געזוכט א נדבן פאר א נייע וואלענע ציצית, קען ראטעווען א שלום בית
א דריטער.
אויף די וואך שבת איז יעצט די פלאן נישט צו זיין אין די פאראייניגטע שטאטן אי"ה
א פערטער.
קען מען דען אלץ טראכטן פון יענעם, מען מוז דאך אמאל טראכטן פון זיך אויך
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 10:34 am
איינער שרייבט היינט:
"יום הנדוד המר והנמהר, יום פרישת יגר מבית תפארתנו, יום אשר רוב מחמדיה אשר היו מימי קדם נאספו, גם גוועו"
נעבעך, כלל נישט אינטערעסאנט..
מאנטאג אוגוסט 13, 2007 3:44 pm
צוויי שרייבן.
בחסדי השם בינעך שוין צוריק
א דריטער.
Nappy Headed Hasid
א פערטער.
שוין זייער לאנג וואסישטייט די זעלבע זאך.
כ'דארף שוין לויפן
מיין שאלע איז ווי לאנג ער לויפט.
אפשר זאל ער באשטעלן א טיקעט ביי בי סי עם איי א טיקעט עטער נישט דארפן לויפן ערעט קענען פליען.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 1:10 pm
איינער
מ'דארף נאכנישט איבערבעטן דעם חבר ס'האט צייט ביז ערב יום הקדוש, אבער מ'קען שוין אויפהערן צו טשעפענען..
א צווייטער.
קול מבשר-איש את ריעהו יעזורו אפטיילונג: וויאזוי קען מען מען זיך אן עצה געבן אז עס זאל אויפהערן צו רינען וואסער פונעם שכן אויפן דריטען שטאק, ווער עס האט א ענטפער זאל ביטע רופן קול מבשר, א דאנק
א דריטער.
וויפיל דארף מען דען בלאזן
א פערטער.
שיינע זיסע בייגעלעך, ווער וויל קויפן פייגעלעך?
א פיפטער.
דאלער דאלער, חזק ואמץ, לאדעך נישט פאלן, האסט אנגעהויבן שטייגן, גאו אהעיד, זיידעך מחזק
א זעסטער.
איזהו חכם, הלומד מכל אדם
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 2:13 pm
איך האב געוואוסט אז איך בין א דיזעסטער, אבער אז איך בין גאר א זעסטער דאס איז מיר שוין נישט פייגעבאלן (קרעדיט: איך הער).
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 2:14 pm
קרעזי אומר, אומר אני: ווער האט ערפינדן דאס אז קאמפאט און אייז קרעם דערלאנגט מען דייקא אין קליינע "קאמפאט טעלערס".... ער וועט פון גהינום נישט ארויס
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 2:24 pm
יא קרעזי.
מדה כנגד מדה, זיי נעמען אונז צו קאלטס, זאלן זיי באקומען ווארעמס..
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 11:09 am
אבי האט געשריבן:My opinions may have changed, but not the fact that I'm right.
דינסטאג ספטמבר 25, 2007 9:00 am
אבי האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:Rich people plan for three generations. Poor people plan for Saturday night..
דינסטאג ספטמבר 25, 2007 2:27 pm
קרעזי כתב
אה, אן אכט טאגיגע וואקאציע קומט מיט א סעט אנגעצויגענע טעג בעפאר. אבער עס לוינט זיך
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 3:37 pm
איינער שרייבט היינט:
"ווער עס האט א סקיציע פונעם גאסט פון לאנדאן זאל זיך מעלדן.."
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 3:38 pm
א צווייטער שרייבט שפעטער:
"זיבן גרינע, פינף אראנדזשע, זיבעצן ווייסע און פינף סקיצעס"...
דינסטאג אוקטובר 23, 2007 7:04 pm
און א צווייטער (נישט קיין טעות) שרייבט:
סקיצע ארויף סקיצע אראפ, דער עיקר איז, יודל איז צוריק