Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אינטערסאנטע גוגעל טאלק מעסעדזשעס

זונטאג ינואר 14, 2007 6:09 pm

פון מאל צו מאל מאל באמערקט מען א זאפטיגן לאזונג ביי איינעם פון די חברים אויף גוגעל טאלק, און עס לוינט זיך אהערצוברענגן.

היינט האט איינער געשריבן דאס:
נישט אייביג ווען עס איז גרין בין איך דא, מוסר השכל: נישט אייביג ווען סגרין מוז מען פארן

Advertisement

זונטאג ינואר 14, 2007 6:42 pm

דער זאפטיגן לאוזונג שמעקט צו זיין פרי מחשבתו פונעם זאפטיגן ראש הקהל. יבא זאפטיגער ויזפטג הלאוזונגען...

זונטאג ינואר 14, 2007 6:50 pm

עס איז. וחכם עדיף מנביא

זונטאג ינואר 14, 2007 8:04 pm

מסופק פון וועלכן ראש הקהל,
ביידע האבן האבן זיי געפלאצטע העמדער
ביידע קורצע רעקלעך פון הונטן, און פון פארנט גאר לאנג
ביידע רינט זיי די שמאלץ פון די לעפצן

דינסטאג ינואר 16, 2007 9:51 am

און היינט האט עמעצער דאס געשריבן.

נישט אייביג ווען ס'איז רויט בין איך ביזי, מוסר השכל: אפילו ס'איז רויט מוז מען נישט סטאפן

דינסטאג ינואר 16, 2007 10:49 am

איינער שרייבט היינט:
נישט אייביג ווען ס'איז געל בין איך איידל. מוסר השכל: ווען מ'וויל דורכפארן א געלע לייט, זאל מען פרעגן א דיין

א צווייטער האט אנדערע דאגות:
Calls to mobile devices in Mexico will be charged $.32/minute. ס'איז א בפירוש'ער אימעיל פון ווערייזאן

דינסטאג ינואר 16, 2007 10:50 am

דאס איז א גוטס:
נישט באדערן יעצט, איך בעיבי זיץ

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:01 am

האומר דבר בשם אומרו, מביא מגילה לעולם.

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:06 am

ביי הכותב דבר בשם כתבו גייט עס אויך אן?

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:07 am

עמיצער בעט זיך:
וואס זאל איך שרייבן אז עס זאל זיין ראו לאותו אצטלא

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:50 am

קרעמער האט געשריבן:איינער שרייבט היינט:
נישט אייביג ווען ס'איז געל בין איך איידל. מוסר השכל: ווען מ'וויל דורכפארן א געלע לייט, זאל מען פרעגן א דיין

א צווייטער האט אנדערע דאגות:
Calls to mobile devices in Mexico will be charged $.32/minute. ס'איז א בפירוש'ער אימעיל פון ווערייזאן


ווער עס ווייסט די קשר פון די צוויי קעפלעך זאל מיר מודיע זיין.

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:52 am

זייער פשוט. ווען עמיצער אין מעקסיקא וויל אדוכפארן די געלע לייט, דארף ער דאך קאלן פרעגן דעם דיין, און פאר'ן דיין וועט דער טעלעפאן שמועס קאסטן 32 צענט א מינוט.

דינסטאג ינואר 16, 2007 11:57 am

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח גוט גוט געפעסט די טעסט.

האסט דאך עס געמאכט בעסער ווי כאב זעך געקאנט פארשטעלן.

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:13 pm

Jewboy האט געשריבן:און היינט האט עמעצער דאס געשריבן.

נישט אייביג ווען ס'איז רויט בין איך ביזי, מוסר השכל: אפילו ס'איז רויט מוז מען נישט סטאפן


אויב כ'מעג פרעגן:
כ'מיין, די איידיע דערפון איז דאך געגאנוועט פון אונזער אזוי באלערנדער ראש הקהל יר"ה, טא וואס איז די אינטערסאנטקייט פון נעמען יענעמ'ס א געדאנק און דאס פשוט איבערשרייבן אינעם פארקערטן ריכטונג?

אין מיינע אויגן, האבן די סארט זאכן נישט קיין חן. און נישט נאר ס'האט נישט קיין חן, ס'נאריש.

איינער איז מחולק?

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:30 pm

זארעכל, נישט יעדעס ווארט וואס איז א ריר אנדערש פונעם ראש הקהל איז נאריש!

סטאפ איט.

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:55 pm

איך בין אויך מחולק מטעם יעקב אלי'.

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:57 pm

סארי, האסט נישט פארשטאנען מיין פראגע.
און אפשר ביסטו מיר מסביר וואס פאר א חן האט צו נעמען יענעמ'ס א געדאנק אדער איידיע, און בלויז דאס איבערדרייען אויפן פארקערטן ריכטונג?

און יא, נישט פערזענליך...

דינסטאג ינואר 16, 2007 3:41 pm

דער וואס האט דאס געשריבען (מאשקע: ווי אזוי שרייבט מען? געשריבען אדער געשריבן?) האט נישט געמיינט צו גנב'ענען (מאשקע: אהער מיט די טאל-קיט...) דעם איינפאל נאר האט געמיינט צו זאגן אז מען קען זאגן פארקערט, א שטייגער ווי אין די גמרא להבדיל טויזענט שיידלעך... ווי מען זעהט ווי די גמרא זאגט "ולא הוא... ואידך.... ורמינהו.... אכלל, בבחינת פלפול וריתחא דאורייתא...

דינסטאג ינואר 16, 2007 3:47 pm

געשריבן, גנב'נען, טויזנט.

מיטוואך ינואר 17, 2007 11:55 am

ווער ס'האט גענומען מיט מיר א היטש היינט פארטאגס, און איבערגעלאזט זיין פרישטאג ביי מיר אין קאר, זאל זיך מעלדן


כאניש קיין כוח


וואס איז דער משוגעת פון ארויף לייגען מעסעדזשעס דא

זונטאג ינואר 21, 2007 12:53 pm

היינט האט איינער:

לעולם יהא אדם


א צווייטער האט:

זונטאג מעג מען אויך מאכן געלט

מאנטאג ינואר 22, 2007 11:20 am

היינט הערשט א פארזיכערהייט'ס איבערקערעניש, איינער:ת'איס שאוין קמאת זיכער. איינער: ס'נאכנישט זיכער.

מיטוואך ינואר 24, 2007 1:22 pm

בייי איינעם.
Make all you can, save all you can, give all you can.


ביי א צווייטן.
היינט איז מיין באבעס יארצייט

מיטוואך ינואר 24, 2007 1:23 pm

דזשובוי, שלום עליכם, פארוואס שרייבסטו נישט דעם נאמען אויך?

מיטוואך ינואר 24, 2007 3:16 pm

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען, ווייל ביי מיר איז די נעמען נישט אזוי ווי זיי זענען דא אין קרעטשמע.
צווייטענ'ס די ענגלישע ווערטער כנ"ל איז בכלל נישט פון קיין קרעטשמע מעמבער, (ער איז פון חדשות אנש).
שרייב א תגובה

Advertisement