בלאט 1 פון 1

ברעיקינג (יגר'ל)!!!: לייף אינשורענס אויף אייוועלט ניקס!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:08 pm
דורך גרויזאמער
יעצט קומט ארויס די ברעכעדיגע נייעס אז נאך לאנגע חדשים טעסטן איז היינט צוריקגעקומען די רעזאלטס, און די לייף אינשורענס פלען אויף אייוועלט ניקס גייט אריין פולקאם אין קראפט בקרוב.

עס איז מיר זייער שווער צו מעלדן דיטעילס זיצנדיג דא ביי קהל'ס מיטונג אויף זייער קאמפיוטער, איך וועל טרייען בקיצור.

ח"ו ווען איינער ווערט נישט געזונט אדער נאך ארגערס ח"ו, צו אפילו ער מאכט א שמחה וכדו', ער ווערט אויס עוועליבל צו אייוועלט, און פלוצים זעט מען אז א ניק הערט אויף צו שרייבן אויף אייוועלט, וועט דאך יעדער גלייך כאפן און צוזאמענשטעלן ווער דער ניק איז.

האט זיך יעצט געעפנט די נייע פירמע KFG "קעי עף דזשי", אנגעפירט דורך וויכי, וואס שטעלט צו פארשידענע פלענער אז זיי נעמען איבער דעם ניק און שרייבן מיטן ניק תגובות אויפן סטיל פונעם ארגינעלן שרייבער אויך נאכדעם וואס יענער איז שוין נישטא. אזוי אז קיינער כאפט נישט און שטעלט נישט צוזאם.

עס זענען פארהאן פארשידענע פלענער, ווי א האלב מיליאן לייף אינשורענס וועלכע מיינט א האלב מיליאן תגובות, צו א מיליאן וכדו', פארשטייט זיך אז וויכי קומט אראפ מיט זיין טול באקס און נידלעך טשעקן צו דער שרייבער איז פולקאם געזונט, אויב נישט קאסט עס מער.

היינט איז ב"ה צוריקגעקומען די טעסט וואס מען האט געמאכט צו עס ארבעט אויף א ניק וואס איז שוין לאנג נישטא צווישן אונז, יגר'ל, און עס האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אלץ א זעלטענע סוקסעס ווען יעדער האט ערנסט געמיינט אז יגר'ל האט עס געשריבן, ווען אין פאקט איז עס געשריבן געווארן דורך די קעי עף דזשי גרופע, וממנו ילמדו וכן יעשו, יגר'ל האט געמאכט א גוטע פלען ווען ער איז נאך געווען א ניק, און יעצט צאלט זיך אים עס שיין אויס מיט שיינע פראצענטן, ווען מען שרייבט נאך אפילו שענער ווי ער אליין פלעגט שרייבן.
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

ביטע זיך מעלדן צו וויכי'ן פאר מער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:10 pm
דורך גרויזאמער
די מערסטע פון וואס די EFG גרופע האבן זייך געקייכט פאר געלעכטער איז געווען פונעם רויט'ן ניקס תגובה
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p340822
ווי דער חכם מכל אדם האט גארנישט געכאפט, און ער מעלד נאך אן אויספארשונג.

לאכערייען זענען איבריג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:25 pm
דורך קרעמער
איך וואלט געראטן דעם שרייבער צו דאבל-טשעקן די פירמע נאמען פאר ער צולאזט זיך מיט אזא ברייטקייט.
גרויזאמער האט געשריבן:האט זיך יעצט געעפנט די נייע פירמע KFG "קעי עף דזשי", אנגעפירט דורך וויכי, וואס שטעלט צו פארשידענע פלענער אז זיי נעמען איבער דעם ניק און שרייבן מיטן ניק תגובות אויפן סטיל פונעם ארגינעלן שרייבער אויך נאכדעם וואס יענער איז שוין נישטא. אזוי אז קיינער כאפט נישט און שטעלט נישט צוזאם.


גרויזאמער האט געשריבן:די מערסטע פון וואס די EFG גרופע האבן זייך געקייכט פאר געלעכטער איז געווען פונעם רויט'ן ניקס תגובה
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p340822
ווי דער חכם מכל אדם האט גארנישט געכאפט, און ער מעלד נאך אן אויספארשונג.

לאכערייען זענען איבריג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:29 pm
דורך ארעסטאנט
מיר איז נאר אינטערעסאנט פארוואס דער קאמפאני האט באשלאסן צו עקספערימענטן זייער נייע איידיע אויף גרויזאמער'ס ניק. קען זיין ווייל ער האט א זעלטענע חוש אין שרייבעריי האבן זיי געוואלט זעהן צו זיי קענען דאס נאכמאכן?!.

יאפס! ס'איז אייך פעסט געלונגען, איך בין דא ביי גרויזי אין שפיטאל, ער קייקעלט זיך פאר יסורים, ער איז ביי קיין קהל'ס מיטונג נישט און ביי א קאמפיוטער זיכער נישט. עקספערימענט וועל דאן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:30 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער, איך טריי מיך צו פיקטשערן איך אין דיין פאזיציע יעצט, איך וואלט איינגעפאקט פאר בושה אז זייענדיג רויט האב איך נישט קיין מושג וואס עס טוט זיך הונטער די קוליסן, דיין אויבנדערמאנטע תגובה וואלט איך אין ווילדסטן חלום נישט געשריבן.

דאס איז נאך א באווייז אז די הנהלה האלט דיך אלץ רחמנות, ואכמ"ל.

איך וואלט געזאגט אז א צווייטער האט געשריבן מיט דיין נאמען, אבער וויכי האט נישט באשטעטיגט אז דו ביסט אויפגעסיינט מיט א פלען ביי זיי, וועלן מיר ווארטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:34 pm
דורך צום זאך
וויכי, גרעיט דזשאב!
---
סתם פאר נייגעריקייט, וויפיל האט גרויזי'ס פאליסי געקאסט? (-אויב ס'איז בכלל דורך..)

פאר ווער ס'ווייסט נישט, גרויזאמער, זייט ער האט געמאכט א אפשערן פאר זיין 6 מאנאטיגען קינד (אזוי פירט מען זיך ביי די כעלעמע), איז ער שרעקליך פארנומען געווארן. 'אויס עוועליבל צו אייוועלט' איז וואס קומט ארויף אויף זיין סטאטוס. זינט דאן שרייבט וויכי מיט זיין ניק - ווי איר האט שוין זיכער באמערקט די דיפרענס.

---
גרויזאמער האקט, אופסס.. ער עפענט א אשכול..

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:34 pm
דורך קרעמער
גרויזאמער האט געשריבן:קרעמער, איך טריי מיך צו פיקטשערן איך אין דיין פאזיציע יעצט, איך וואלט איינגעפאקט פאר בושה אז זייענדיג רויט האב איך נישט קיין מושג וואס עס טוט זיך הונטער די קוליסן, דיין אויבנדערמאנטע תגובה וואלט איך אין ווילדסטן חלום נישט געשריבן.

דאס איז נאך א באווייז אז די הנהלה האלט דיך אלץ רחמנות, ואכמ"ל.

איך וואלט געזאגט אז א צווייטער האט געשריבן מיט דיין נאמען, אבער וויכי האט נישט באשטעטיגט אז דו ביסט אויפגעסיינט מיט א פלען ביי זיי, וועלן מיר ווארטן.

ואכמ"ל = ו'ויכי א'יך כ'עניש מ'ער ל'אכן

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:38 pm
דורך ארעסטאנט
ווערט דרינגענד געזוכט איינער צו מפענח זיין ר"ת, מיר אין די אינשורענס קא. דארפן עפעס ענטפערן פאר קרעמער, אויף זיין שטייגער, מיט גרויזאמער'ס ניק.

עני וואן עוועליבעל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:47 pm
דורך וואדקע
קען מען מאכען טרעוועל אינשארענס אויב פאר איך למשל אוועק פאר א וואך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 12:48 pm
דורך יוסלמאן
וואדקע האט געשריבן:קען מען מאכען טרעוועל אינשארענס אויב פאר איך למשל אוועק פאר א וואך?


א שאד די תגובת, ס'גענוג אז די לאזט איבער דיין ניק ביי וויכי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 1:26 pm
דורך לכאורה
איך האלט אז גרויזי האט זיך מתחצף געווען אין דעם אשכול פארן מייסד, און ער דארף מקבל זיין נזיפה כאטש זיבן טעג און איין נאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 1:38 pm
דורך צום זאך
וויאזוי זאגט נאר גרויזי'ס שוויגער?; "מיין גרויזאמער וועט קיינמאל פון קיין איידיע'ס נישט אויסלויפן.. קיינמאל!" ודברי פי חכמת חן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 1:42 pm
דורך שוועמל
לכאורה האט געשריבן:איך האלט אז גרויזי האט זיך מתחצף געווען אין דעם אשכול פארן מייסד, און ער דארף מקבל זיין נזיפה כאטש זיבן טעג און איין נאכט.

נא פראבלעם, דערפאר האט ער דאך אינשורענס.

ביינאכט קען איך אים איבערנעמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 1:54 pm
דורך דארפסמאן
וויפל לייף אינשרענס האט ארעסטאנט ? ארעסטאנט לעבט נאך ? ער איז נאך דאהי אפילו ?

יא יא וויכי איז דא

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 2:14 pm
דורך וויכטיג מאכער
לאמעך נאר זעהן צו מיין וויכי ניק ארבייט נאך...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 2:16 pm
דורך וויכטיג מאכער
פון גרויזי'ס בלוד טעסט קעמען קלאר זעהן אז ער איז א מנהל... דא שרייבטער וואו א פלעינע ניק, אבער זיין בלאד טעסט ווייזט אז ער איז רויט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 21, 2010 2:37 pm
דורך דארפסמאן
דאס איז זיכער נישט וויכי

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 1:36 pm
דורך גוגל
איך קען נישט סטאפן לאכן :lol: :lol: :lol: :lol: , וויכי אפשר שרייבסטו ווייטער מיט גרויזי'ס ניק? ומי יותן אפשר נאך מיט קרעמערס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:55 pm
דורך פינטל
אוי ווי נעמט מען די אינגע יארן... (איינער קען די ניגון?)

חבל חבל... ווי זענטס??

סארא זאפט פלעגט רינען פון ענק... שובו בנים...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:19 pm
דורך וויכטיג מאכער
קוקט אויס ווי איינער האט געמאכט א סוירטש אויף אינשורענס און אלע אינשורענס אשכולות פאפן ארויף...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:23 pm
דורך מטעמים
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קוקט אויס ווי איינער האט געמאכט א סוירטש אויף אינשורענס און אלע אינשורענס אשכולות פאפן ארויף...

You got it..