בלאט 1 פון 1

מממ

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:08 pm
דורך פינטעל
עס דארף געטון ווערן באלדיגע שריט אפצושטעלן די אומצאליגע נערווען-פראקענדע עדוועטייזמענט פאון קאולס וואס לאזט נישט נאך, אנגעהויבען פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצאי שבת ביז געציילטע רגעים פאר כניסת השבת, אין דעם איז אריינגערעכנט הארץ רייסענדע התעוררות רופן, יאצמעך קליידער געשעפט קומט שוין צום וויפעלטן מאל קיין וויליאמסבורג, און דריי דערמאנונגען פאר יעדע שנאר באנקעט
מילא אין א היציגע וואל קאמפיין אין טאג פון די וואלן אדער א ספעציעלע געשעעניש, פיין! אבער עס זאל ווערן א טאג טעגליכע קאפ-דריי אפאראט - אומאקצעפטירבאר!!!
לויט ווי איך פארשטיי קען מען גוט שטעלן אין פלאץ די אייגענטומער פון די סערוויסעס פארן רופן מענטשען וואס זענען אויף די "דו נאט קול ליסט"
בין איך אבער א פשוטע באשיידענע פינטל-איד נישט קיין עסקן און נישט קיין זון פון אן עסקן טו איך גארנישט, און איך לאז מיך טרעטן אויף די מאסקאווי אויגן.
אבער מי יתן זאל זיך אויפוועקן גרויזאמער און אראפלייגען די פוס און אויפאדערן דעם עולם בגזירת מ. ראש הקהל אז דער עולם זאל נישט שטיצן די מוסדות און נישט אריינגיין און די איינמאליגע-יערליכע פאנג'לו סעיל און נישט נעמן קיין חלה און נישט זאגן קיין תהילים לזכות... פון די חברה וואס דינגען די פירמעס.
אדער גאר נעמען די מלחמה צו דעם נעקסטן סטעפ מיטן אינפארמירען די אגענטור וואס איז באאויפטראגט צו אינפארסירען דעם דו נאט קאלל ליסט (פארשטייט זיך מיטן היתר פון שאץ מאץ מיט סאכדעס) איבער די היימישע קאמפאניס וואס באמבאדירען דעם עולם מיט זייערע וויכטיגע מעלדונגען
אוי מי יתן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:10 pm
דורך קרעמער
דו קענסט מסביר זיין וואס דו ווילסט דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:14 pm
דורך שמערי בערי
געשטימט פאר כמעט אלע.

גרויזי איז בכלל נישט אויף מיין ליפסטיק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:22 pm
דורך חושים בן דן
געשטימט קעגן אלע, פשוט ווייל איך בין נישט אויפן ליפן שמיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:26 pm
דורך קהת
אזווי איך האב פארשטאנען איז די אנקעטע ווער עס איז די גרעסטע ליידיג גייער. האביך גיט פארשטאנען?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:33 pm
דורך ארעסטאנט
קרעמער האט געשריבן:דו קענסט מסביר זיין וואס דו ווילסט דא?


סייסט וואס? זיין מספר התגובות האט זיך ארויפגעריקט מיט איינס..

אופסס! ביי מיר געשעהט דאס זעלבע נאך שיקן די דאזיגע תגובה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 20, 2010 4:03 pm
דורך פארדינט
וואס קקעעקקעעצצטטוו דדאאררטטטטטט???????? מממממממ!!!!!