Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אפריל 19, 2010 4:28 pm

איז דער נושא אין דער ערד גלייך ווי דער קאנקארד?

Advertisement

מאנטאג אפריל 19, 2010 4:35 pm

ארעסטאנט פארוואס האסטו אוועק גענומען רשות כתיבה פון גרויזאמען פון דעי אשכול? סידאסמידער? ער וויל ענטפערן אויף אלע שאלות.

ביי די וועי גרויזאמער איך האב א שאלה פון דיר וואס קען אפשר אויפהייבן די אויגן ברעמען און מאכן א שטיקל גילוי אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. (אזוי? סידא א בית הכבוד 10 פיס אוועק...)

יעצט ווען דו האסט שוין פארלוירן אלע דיינע דזשאבס האסטו דאך געמוזט אננעמען צו זיין דער וואס קאלעקט אלע איבעריגע "קוינס" (מטבעות בלע"ז) פוון די טישן נאכן דאווענען. קענסט דאך שוין פאר דעם געלט אויך צומאכן אלע אפן געבליבענע סידורים?

ביי די וועי איך גרויסן בית המדרש אין ק"י אויף אייל נומ 4 (זיך נישט פארמישן מיט די מקוה...) באנק נומ 20 איז דא אפאר איבערגעבליבענע מטבעות. גיי שנעל פאר דיין קאמפעטישן כאפט דיך אויס.

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:07 pm

גרויזי, כ'האב גערעדט מיט באלעבאס פון סי ענד עף, ער זאגט אז דו ביסט שולדיג אז זיין ביזנעס איז געגאנגען קראכן.

יעצט וויל איך פרעגן: היות איך האב חשק אז מיין בעה"ב'ס ביזנעס זאל אויך גיין אין די קרקע. וויאזוי טוט מען דאס?

(ואגב דאגב, כ'לייג עס דא ווייל ארעסטאנס באקס איז שוין איבער געפילט מיט קוקיס)

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:22 pm

צאמגעשטעלט אויפן פארלאנג פון די מגיבים.

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:29 pm

צום זאך, ביטע אפטיילן די אנדערע נושאים אין א באזונדערן אשכול.

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:40 pm

פראגע אריינגעשיקט דורך "צום זאך"
וואס האט אייך אין אנהייב באוואויגן אהערצוקומען שרייבן ביי אונז אין קרעטשמע?

ענטפער:

איך האב שוין געהאט פארבינדונגען מיט קרעמער נאך משנים קדמוניות, טאקע דורכ'ן קרעטשמע, ווי מיר פלעגן צווישן זיך שמועסן אין אישי איבער פארשידענע טעמעס וואס זענען דארט אויסגעשמועסט געווארן. שרייבן דארט האב איך נישט געוואלט, איך בין נאך דאן געגאנגען אין קאלעדזש און שטודירט פירערשאפט, זייענדיג יונג און אומערפארען האב איך געציטערט אז דער עולם וועט דערגיין מיינע פלענער און ארויסבאקומען פון מיר אז מיט דער צייט פלאן איך דא איבערצונעמען די מלוכה. דעריבער האב איך ליבערשט געליטן און געשוויגן. איך האב אויף זייער אסאך זאכן געוואלט מגיב זיין, אבער מיין געוויסן האט מיר נישט געלאזט.

איינמאל איז מר. קרעמער אויפגעקומען ווי א מלאך פון הימל, געווען איז דאס אינמיטן א גראדואציע פארטי אינעם קאלעדזש ווען מיין סעלפאון האט זיך צוקלינגען און קרעמער שרייט קולות: הערסט? (די סעלפאון כאפט נישט אלעמאל דארט) גענוג געווען מיט די חכמות, איך זעה אין דיר א רייכע צוקונפט, מען מוז דיר אריינברענגען אינעם קרעטשמע פאר יעדע פרייז! אין די מינוט מאך דיר א ניק, און יאלא!

איך האב אנגעהויבן צו פארפירן אז אין די מינוט ממש קען איך נישט, איך בין דאך דא מיט מיינע אלע גראדואירטע חברים, און עס קען גאר זיין אז איך זאל געווינען דעם נאבעל פרייז (וועא"מ) -א זאך וואס איז טאקע אזוי געווען. איך האב געבעטן קרעמער ער זאל צוווארטן נאך א צוויי דריי שעה ווילאנג די מסיבה ענדיגט זיך.

קרעמער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט הערן פון די אלע אויסריידן, ער האט שוין געוואוסט דעם כלל אז ואם לא עכשיו אימתי, איך האב אים שוין צוגעזאגט א זיבן און זעכציג מאל פארדעם אז איך וועל זיך מאכן א ניק. און עס איז קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה. האט זיך גענומען בונטעווען "איך זאג דיר איך קום יעצט אראפ, איך דריי איבער די זאל, עס וועט קיין גראדואציע נישט זיין אויב דו מאכסט נישט אין דעם רגע א ניק אינעם קרעטשמע!"

איך האב געזען קיין ברירה איז נישטא, איך בין צוגעגאנגען מיט א פעסטקייט (דאס איז פון די הויפט אייגנשאפטן וואס א פירער דארף צו האבן, און דאס האט מען אונז אויסגעלערט דארט) צום קאמפיוטער אינמיטן טיש, קאנעקטעד דעם קעבל, דער גאנצער עולם שטייט און קוקט אויף מיר פארוואונדעט, אלע האבן אראפגעלייגט זייערע פארציעס און געקוקט מיט שטוינונג ווי דער אזויגערופענער בעסטער סטודענט איז אינגאנצן אראפ פון זינען. יעדער האט אנגעשפיצט די אויגן צו זען די וואונדער און וואס איך גיי יעצט טון. "דאבעליו דאבעליו דאבעליו דאט!" האבן די קיבארט קנעפלעך ווי פון זיך אליינס אויסגעשריגן "עיטש וויי די אי פי עי אר קעי דאט סי או דאט איי על" פאר די פארזאמעלטע האט זיך אנטפלעקט א וועבסייט מיט היברו קערעקטערס. אלע האבן געוואוסט פון מיין שטאלץ צו זיין א איד, אבער קיינער האט נישט געוואוסט אויף אזוי ווייט.

די מויז האט געטון וואס מען האט איר באפעלט, שנעל ארויף אויבן צו הרשם, אריינגעלייגט מיין ניק, א פעסווארד (כ'האף קיינער האט נישט געזען), און ביז א מינוט האב איך זיך דערזען מיט א גרויזאמער לאטע אויף די פלייצע.

מיט עקסטאז האב איך צוריקגערופן קרעמער אז די זאך איז ארלעדיגט.

פארשטייט זיך אז די גאנצע גראדואציע מסיבה איז שוין דערנאך געגאנגגען בארג אראפ. אבער נישט פון דעם רעד מיר דא.

גלייך ווען די מסיבה האט זיך געענדיגט בין איך אריין אינם קאלידזש דארמיטארי, אריין אינעם אינטערנעט קאפע שטובל, און אפגעשריבן גאנצע מגילות פארן קרעטשמע.

דאס איבריגע איז היסטאריע.

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:48 pm

גרויזאמער:

פראגע;
שרייבן גאנצעטע מגילות און גארנישט זאגן איז אפשר אויך איינע פון דיינע/אונזערע/אייערע/זייערע פירערשאפט קוואליפיקאציעס?

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:50 pm

פראגע אריינגעשיקט דורך "צום זאך" "צייטליך" "ארעסטאנט" ועוד.

נאך וועם הייסטו יואלי?

איך רוף מיך יואלי נאכן פילם דירעקטאר ר' יואל זילבערג. באמת א חשובע מענטש געווען. זיין עיקר אויפטוה איז געווען אז ער האט קיינמאל נישט באפרייט קיין בילד פון זיך. און ער האט צוואה געלאזט אז אויב מען האט סיי וועלכע בילד פון אים זאל מען דרוקן "כאן" (אין מאנגאליע רופט מען אזוי דער קאמערע קנעפל צו כאפן א בילד, ביים כאפן א בילד דארפן די קינדער שרייען דארט "כאאאאן" אנשטאט טשיס).

דא האט איר מער אינפארמאציע אויף אים

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A8%D7%92
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג אפריל 19, 2010 5:53 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:52 pm

לינק צום אויבנדערמנטען תשובה

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... pic#p12084

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:53 pm

שטארק זיך האט געשריבן:גרויזאמער:

פראגע;
שרייבן גאנצעטע מגילות און גארנישט זאגן איז אפשר אויך איינע פון דיינע/אונזערע/אייערע/זייערע פירערשאפט קוואליפיקאציעס?


אונזערע קוואליפיקאציעס ווערט קלאר ארויסגעשריבן אין אונזער אישי קעסטל, אויב האסטו עקסעס דערצו קענסטו עס זען, ווי עס שיינט ביסטו שוין לאנג נישט דארט אריין.

מאנטאג אפריל 19, 2010 5:55 pm

שאלה געפרעגט דורך וויכי:

מדוע קיבלתי אזהרה?

ענטפער:
איך געדענק נאך ווען דו האסט דיך ארומגעדרייט אין דארמיטארי מיט די זעלבע פראגע.

ווי עס בחור'ט זיך, אזוי אינגערמאנט זיך, אזוי זיידעט זיך.


------------------------------
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג אפריל 19, 2010 5:53 pm, דריי מיליאן און פינף און אכציג מאל איז עס געווארן פאראכטן

אינטערוועלט פרעזענטירט: איר זענט דער ארעסטירטער!

מאנטאג אפריל 19, 2010 7:53 pm

(דאס האט געברויכט אריינגיין אין א באזונדערע אשכול אבער 'דער אלגעמיינער' שטרויכלונג האט נישט צוגעלאזט, אודאי היינט איז ה' אייר האבן זיי געהויבן די קעפ.)
דורך ארעסטאנט אום היינט, 12:16

אידישע וועלט קאררעקשאנס – מיט געמישטע געפילן ווילן מיר דא מעלדן א נייער פראגראם פאר אונזערע חברים אינעם פארברעכן פארום און איבער אידישע וועלט בכלל.


אזוי ווי יעצט איז דער אונטערוויו סעזאן דא אויף אידישע וועלט, און גענוי ווי עס איז ב"ה געווען די הצלחה אין היכל הנגינה, פארברענגען, און אין גראפיק ווינקל וואו מען האט אפגעהאלטן א הערליכן אינטערוויו לויט'ן געשמאק פונעם ציבור, ועוד ידם נטוי' בע"ה. דאס זעלביגע וועלן מיר אי"ה אצינד איינפירן דא ביי אונזער ברעכן ווינקל.

אבער אנדערש ווי ביי די דריי ווען מ'האט געפרעגט בלויז שאלות, וועט מען יעצט קענען פרעג[ל]ן לאטקעס אויכעט. די פראגעס ווערן אדרעסירט צו ארעסטאנט, מ'שטיינס געזאגט פארברעכער, אויטאמאטיש אז איר פרעגט א שאלה זענט איר ארעסטירט. יעדע שאלה וועט האבן אונטער זיך א שיכט מיט נאך פראגן וואס די פעדער'אלע שרייבער וועלן צוריקפרעגן פון די אונטערוויו'ער.


אויפן ערשטן אינטערוויו וועלן מיר האבן אויפן פלאטפארמע די פאלגענדע 2 פארברעכער

אויב האט איר א פראגע דירעקט געצילט צו איינעם פערזענליך קענט איר דאס צושרייבן צו אייער ארעסט. עס וועלן זיין עקסטערע ארעסטאנטן געווידמעט בלויז אויף צום אויספרעגן.


די פראגעס קען מען אריינשיקן צו וויכי.

מאנטאג אפריל 19, 2010 7:58 pm

שוועמל;
ווייסט אפשר צו וועם איך קען זיך ווענדן מיט א 'קוויטל' אין א עת צרה?...

מאנטאג אפריל 19, 2010 8:03 pm

טו 'צום זאך', און עפן א פעטיציע סייט..

מאנטאג אפריל 19, 2010 8:08 pm


ווי דער עולם זעהט איז די ערשטע פאזע פונעם אונטערוויו אויף גאר א הויכן סוקסעס שטאפל, דערווייל האט שוין גרויזאמער געענטפערט צענדליגער פראגן, אזוי אויך צום זאך, וואס איז געווען היינט זייער פארנומען מיט זיין ארבעט אין פארברענגן, האט ער נישט עספיעט געהעריג אנטייל נעמען אין אונזער פראגראם, אבער ער פארשפרעכט צו זיין דא מיט אונז ביי די ערשטע געלעגנהייט.

ומכאן האזהרה יוצאת, שיקט אריין אייערע פראגן צו אונז אין אישי, מיר זענען אייך מבטיח שטארקע מילצן ווייטאג..

מיט עהערע פרוכט (סארא מין פרוכט דאס?..)

ארעסטאנט - עכוראי.


קיינמאל פארראכן געווארן! (וועגן דעם טראגטעס טאקע אזא פנים..)

מאנטאג אפריל 19, 2010 8:17 pm

גרויזאמער האט געשריבן:פראגע אריינגעשיקט דורך "צום זאך" "צייטליך" "ארעסטאנט" ועוד.

נאך וועם הייסטו יואלי?

איך רוף מיך יואלי נאכן פילם דירעקטאר ר' יואל זילבערג. באמת א חשובע מענטש געווען. זיין עיקר אויפטוה איז געווען אז ער האט קיינמאל נישט באפרייט קיין בילד פון זיך. און ער האט צוואה געלאזט אז אויב מען האט סיי וועלכע בילד פון אים זאל מען דרוקן "כאן" (אין מאנגאליע רופט מען אזוי דער קאמערע קנעפל צו כאפן א בילד, ביים כאפן א בילד דארפן די קינדער שרייען דארט "כאאאאן" אנשטאט טשיס).

דא האט איר מער אינפארמאציע אויף אים

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A8%D7%92

גראדע האט גוגעל יא פארשאפט בילדער פון דעם זילבערג, מסתמא האבן זיי געדרוקט כוואן.

מאנטאג אפריל 19, 2010 8:38 pm

גראדע הייס איך יואל נאך הרב יואל היימליך בעל מנחת יואל מ'וועגשייד. אבער וואו קומטעס אריין דא?

דער קרעמער וויל פאר יעדן פרייז פארדרייען דעם שונא, גיי ווייס פארוואס! אקעי איך זאג דיר צו אז די נעקסטע קאנדידאט פארן אונטערוויו בוסטו (קענסט שוין צוגרייטן א פארצוג נוסח..)

מאנטאג אפריל 19, 2010 8:43 pm

שוועמל האט געשריבן:טו 'צום זאך', און עפן א פעטיציע סייט..


צום זאך איז נישט מיין דאבל..

מאנטאג אפריל 19, 2010 9:14 pm

גיהערט ביי "מסדר זיין געדאפלטע ניקס" אשכול.
--
ביטע נישט עפענען מערערע שאכטלעך ווערים איבער איין נושא, המערכת.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:05 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:שוועמל;
ווייסט אפשר צו וועם איך קען זיך ווענדן מיט א 'קוויטל' אין א עת צרה?...

קוויטל

דינסטאג אפריל 29, 2014 11:57 am

ארעסטאנט האט געשריבן:גראדע הייס איך יואל נאך הרב יואל היימליך בעל מנחת יואל מ'וועגשייד. אבער וואו קומטעס אריין דא?

דער קרעמער וויל פאר יעדן פרייז פארדרייען דעם שונא, גיי ווייס פארוואס! אקעי איך זאג דיר צו אז די נעקסטע קאנדידאט פארן אונטערוויו בוסטו (קענסט שוין צוגרייטן א פארצוג נוסח..)

גראדע וויונט היינט דער וועגשיידער רב אין ווילימסבורג אויף יואס סט, כאב עם היינט געזען דאווענען אין גאלאנטע,
שרייב א תגובה

Advertisement