Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אייוועלט פארברענגען פרעזענטירט: איר זענט דער אונטערפירער!

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:16 am

אידישע וועלט פארברענגן – מיט פריידיגע געפילן ווילן מיר דא מעלדן א נייער פראגראם פאר אונזערע חברים אינעם פארברענגן פארום און איבער אידישע וועלט בכלל.


אזוי ווי יעצט איז דער אונטערוויו סעזאן דא אויף אידישע וועלט, און גענוי ווי עס איז ב"ה געווען די הצלחה אין היכל הנגינה, און אין גראפיק ווינקל וואו מען האט אפגעהאלטן א הערליכן אינטערוויו לויט'ן געשמאק פונעם ציבור, ועוד ידם נטוי' בע"ה. דאס זעלביגע וועלן מיר אי"ה אצינד איינפירן דא ביי אונזער פארברענגן ווינקל.

אבער אנדערש ווי ביי די צוויי ווען מ'האט געפרעגט בלויז איינעם די שאלות, וועלן מיר פארלייגן די אלע פראגן וועלכע קומען אריין פאר די 2 גרעסטע ליידיג-גייער, מ'שטיינס געזאגט פארברענגער, און מיר וועלן קענען הערן פון יעדן אן אנדערן תשובה אויף די שאלות. יעדע שאלה וועט האבן אונטער זיך א שיכט מיט נאך פראגן וואס די אונטערוויו'טע וועלן צוריקפרעגן פון די אונטערוויו'ער.


אויפן ערשטן אינטערוויו וועלן מיר האבן אויפן פלאטפארמע די פאלגענדע 2 פארברענגער

ר' יואל פריעדמאן - גרויזאמער און נאך אסאאאאך ניקס אויף אייוועלט.

ר' חיים-חעסקי - אויך באוואוסט אלץ "צום זאך".

אויב האט איר א פראגע דירעקט געצילט צו איינע פון די צוויי קענט איר דאס צושרייבן צו אייער שאלה. עס וועלן זיין עקסטערע שאלות געווידמעט בלויז פאר די אנגעפרעגטע.


די פראגעס קען מען אריינשיקן צו מיר אין אישי.

די אונטערוויו'טע וועלן אי"ה ענטפערן אויף די פראגעס נאך איידער איר טראכט אפילו צו פרעגן.

Advertisement

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:17 am

זינט דו האסט מיר ארויס גענומען פון די כלים... כ'מיין אינטערוויא אנגעפרעגטע, גיי איך סטרייקן.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:19 am

חחחח חחחח :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:20 am

וויכי; דיין פראגע קען נישט פרעזענטירט ווערן פאר די אויסגעפרעגטע וועגן גילוי אורזאכן.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:21 am

אקעי, מיין פראגע איז געווידמעט דירעקט צו יואלי פריעדמאן. פארוואס לאזטו מיר קיינמאל נישט אריינסיינען מיט דיין ארעסטאנט ניק?

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:21 am

אגב, איז דאס א המשך צום "פארברענג - מיט בערי וועבער" אינטערוויא?

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:22 am

שמערי מ'קען נישט זיין אויף 2 ליסטעס, דאכצעך דיין נאמען פיגורירט שוין אויף די גארנפינקל ליסטע.

שאקז! גילוי!

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:24 am

שמערי בערי האט געשריבן:אקעי, מיין פראגע איז געווידמעט דירעקט צו יואלי פריעדמאן. פארוואס לאזטו מיר קיינמאל נישט אריינסיינען מיט דיין ארעסטאנט ניק?


גוט געפרעגט, כ'האב הנאה אז דער עולם כאפט דעם פארטל.

איך וועל דיר באלד ענטפערן מיט מיין מאנאגראם ניק.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:24 am

כ'האב אייביג געמיינט אז מיין נאמען פיגי-רירט אויפ'ן גאלדהירש שליסלעך.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:25 am

פאר דו ענטפערסט וויל איך קלאר מאכן אז איך בין גערעגט צוליב וואס "פריילאך" האסטו יא געגעבן דיין פעסווארד און מיר נישט.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:26 am

איינער פון די הנהלה זאל ביטע צולייגן מעמארי צו מיין אישית באקסל, אדער מאכן אז ווען ס'ביזי זאל זיך עס דירעקט טרענספערן צו איינע פון מיינע אנדערע ניקס.

אז נישט ציטער איך פון א איבערפלוס.

מיט דאנק פון פראנצויז.
לעצט פאראכטן דורך ארעסטאנט אום מאנטאג אפריל 19, 2010 11:37 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:34 am

שמערי בערי האט געשריבן:פאר דו ענטפערסט וויל איך קלאר מאכן אז איך בין גערעגט צוליב וואס "פריילאך" האסטו יא געגעבן דיין פעסווארד און מיר נישט.



דיסקלעימער: אידישע וועלט דינט נישט די צוועקן פון סיי וואסא מחאות אדער פירצות עס קומען פאר אינעם היינטיגן טאג!

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:37 am

ארעסטאנט'ט פארברענגען פארפירט: לאזט אייך נישט אונטערשמירן

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:58 am

יעצט אריינגעשיקט מיינע 3 פראגן, איך בין נייגעריג וויזוי גרויזי וועצעך ספראווען מיט די צווייטע פראגע.

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:11 pm

יאפס וויכי! עס וועט טאקע זיין היסטאריש אינטערעסאנט צו זעהן זיין ענטפער.

איך זאג דיר אבער, ס'האט לכאורה צו טוהן מיט זיין בלעקבערי. העמער זעהן וואס ער וועט ענטפערן.

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:21 pm

אקעי, כהאב א שווערע פראגע:

ווען דו האסט אויסצואוועלן צו שרייבן א תגובה אין איינס פון די פאלגענדע אשכולות -"וואס האט איר געגעסן פאר פרישטאג", "האלבע ווארט פלעכטן" און "דער לעצטער באנוצער איז"- וויאזוי פאסטו דעם שווערן און וואגיקן באשלוס?

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:22 pm

משוגעים. קיין איין נארמאלע שאלה איז נאך דערווייל נישט אריינגעקומען! הערטס אויף פרעגן וועגן מיין אידישקייט, ס'דא גענוג אנדערע זאכן צו דיסקוסען.

ואהבתם את הגר!

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:25 pm

ארעסטאנט, דיין אישי באקס איז שוין פיל, איך האב באקומען א מעסעדזש אז מיין דריטע פראגע איז נישט דורך.

די דריטע פראגע איז טאקע מער פאר צום זאך, וועגן זיין נייע שיך, אבער איך גלייב אז גרויזי וועט אויך האבן א גוטע ענטפער דערויף.

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:30 pm

עס עפעס האט געשריבן:אקעי, כהאב א שווערע פראגע:

ווען דו האסט אויסצואוועלן צו שרייבן א תגובה אין איינס פון די פאלגענדע אשכולות -"וואס האט איר געגעסן פאר פרישטאג", "האלבע ווארט פלעכטן" און "דער לעצטער באנוצער איז"- וויאזוי פאסטו דעם שווערן און וואגיקן באשלוס?

דאס ווערט באשטימט דורכן מעסטן אויפן ריכטער'ס וואג וועלכע ס'וועגט איבער. אמאל איזעס די פרישטאג, און אמאל די לעצטע באנוצער.

מאנטאג אפריל 19, 2010 12:40 pm

צום זאך האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:אקעי, כהאב א שווערע פראגע:

ווען דו האסט אויסצואוועלן צו שרייבן א תגובה אין איינס פון די פאלגענדע אשכולות -"וואס האט איר געגעסן פאר פרישטאג", "האלבע ווארט פלעכטן" און "דער לעצטער באנוצער איז"- וויאזוי פאסטו דעם שווערן און וואגיקן באשלוס?

דאס ווערט באשטימט דורכן מעסטן אויפן ריכטער'ס וואג וועלכע ס'וועגט איבער. אמאל איזעס די פרישטאג, און אמאל די לעצטע באנוצער.

צופעליג רעדט מען פונעם לויער'ס וואג.

אגב, האבן די שפיאנאזש עסקנים געמאלדן אז דער ריכטער האט שוין באקומען איבער פופציג טויזענט בריוון און פעטיציעס צו עלימינירן דעם וואג.

מאנטאג אפריל 19, 2010 1:29 pm

היות די תפיסה לאזט שוין נישט אריין קיין בריוולעך צום ארעסטאנט צוליב דעם וואס זיי קענען נישט אניאגן אלעס איבערצוליינען און צענזורירן צוליב די פלייץ פון פראגעס, וועל איך שרייבן מיין פראגעלע דאהי:

פראגע צו יואל פריעדמאן: ווילאנג געדויערט דיר יעדן אינדערפרי צו טרעפן דיין טלית בייטל אין בית המדרש? און, האסטו שוין אמאל געטראכט צו טוישן נאמען כדי צו קענען טרעפן דיין טלית בייטל עטוואס שנעלער?

פראגע צו חיים חזקי: וואו קען איך טרעפן א גוטן רעסטוראן אין ווילי, וואס פארקויפט נישט טרייף?

מאנטאג אפריל 19, 2010 2:29 pm

אזוי ווי כ'קום נישט אן צו ענטפערן יעדן אישי פערזענליך, דא האט איר דעם נוסח וואס מ'באקומט ווען מ'שיקט אריין פראגעס: (אזוי אויך זאל דאס דינען אלס ענטפער פאר די וואס שרייבן זייערע פראגן אין פובליק)

א גוט יאר

מיר האבן ערהאלטן אייער פראגע און מיר וועלן דאס אי"ה אריינשטעלן אונעם אינטערוויו נאך אן אפראוועל פון די אחראים. מיר זענען זיכער אז איר וועט הנאה האבן דערפון. און א גרויסן יישר כח פארן אנטייל נעמען.

הצלחה וכל טוב

מאנטאג אפריל 19, 2010 2:30 pm

קרעמער האט געשריבן:פראגע צו חיים חזקי: וואו קען איך טרעפן א גוטן רעסטוראן אין ווילי, וואס פארקויפט נישט טרייף?


חחח! כיטערע גילוי אטאקע..

מאנטאג אפריל 19, 2010 2:41 pm

ארעסטאנט, ער ארבייט שוין ניש ביי גאסטאו, סאו ס'שויניש גילו.

מאנטאג אפריל 19, 2010 3:33 pm

אה סארי! כ'האב געמיינט אז דו קענסט צום זאך.

א קאנקארד פליגער צוריק צום נושא!
שרייב א תגובה

Advertisement